װאָס
וועט זײַן געדריוקט אין 2 1-טו
נומער ;סאָװעטיש הי'מלאנדי
דער
זשורנאל װעט זיך עפענען מיטן אָפּטייל /טריבונע פון לעבן"-- פיר פארצייכענונגען: ;אף דער סיבירער ערד" פון מאָטל גרוביאן; ;,באס שווארצן יאם" פון זאכאר דיטשאראָו; ,סטעפעס בליִען" פון אלעקסאנדער גובניצקי: , קארגע הונדערט" (וועגן סקולפּטאָר איטקינדן) פון ניקאָלײַ באבאָשין. די פארציי- כענונגען זײַנען איליוסטרירט דורכן קינסטלער ג. פאָנדאפּולאָ.
אין דעם אָפּטײל פון פּראָזע דרוקן זיך מוישע אלטמאנס דערציי-
צום
די
לונגען ,אין אן אָפּרו-טאָג", ,,דאָס ערשטע לעמעלע'; אירמע דרוקערס , זינגען מוזן אלע" (פונעם ציקל נאָװעלן וועגן י."ל. פּערעץ); ריווקע רובינס ,דער שלאָס פון דעס פירשט בערגער" און ,זון אף די דעכער"; מארק ראזומניס נאָװעלעטן, דערציי- לונגען פון מוישע גאָלדשטײן, געדאליע קאָסאָי, הומאָרעסקעס פון יעווע בעקער, ליובע קושניראָוו.
5טן געבורטסטאָג פון לייב קוויטקאָ װערט געג; דעם דיכטערס א ציקל לידער און א גרעסער ארטיקל פון מ נאָטאָװיטש ,נאָך קװויטקאָס טריט".
פּאַעזיע איז אויך פאָרגעשטעלט מיט לידער:ציקלען פון הירש בלאָשטײן, וועמען עס װערט 70 יאָר, שלוימע רויטמאן, דאָרע כײַקינע, איטשע באָרוכאָװיטש, מישע מאָגיליעוויטש.
אינעם קריטישן אָפּטײל זײַנען געדרוקט ארטיקלען פון באָרעך
לעװינטאָוו --- ,ייִדישע סאטירע אין די יאָרן פון דער ערשטער רוסישער רעװואָליוציע (1905--1907)'; יאנקעוו שטערנבערג -- ;דער רומענישער עטאפ אין גאַלדפאדענס טעאטער-ששאפונג", א. לעבעדיעוו -- ;אנאטאָלי וואסיליעוויטש לונאטשארסקי" (צום 0"טן געבורטסטאָג), הירש בעריאָזקין --- ,א מענטשש צוויעזן מענטשן" (וועגן כאיִם מאלטינסקיס ליריק) און א ריי אנדערע מאטעריאלן.
אט
= אט ׂ פזיימלאר
נאינהנאלט
|| זײַט כּערעץ מארקיש. אַקטיאבער:לידר .+ + . . 3 הערשל פּאַליאנקער. דער בעקער פון להק (ראמאן. סמשטר 660) ס 6 ס 8 8 ס 0 ס 2 2 1 4
צום 770טן געבורטסטאָג פון פּערעץ מארקיש. פערציק- יאָריקער מאן (פראגמענטן פון א ניט:פארעפנטלעכטער פּאָעמע) 48 אװראָם קאהאן. פארברעכן און געװיסן (היסטאָרישער
המהעןס 4039 0 0 9 ס 0.6 0 ס ם 0 5 2 5 5 יט פיס עך בינע צ קי. ניט קײן גאסט בין איך.. (לידער) . . 104 זיאמע ט עלעסין א צופאל אפן װעג. -- די זקיינע. -- װערטושינקע-טײַכעלע (לידער) .+ + . * + + יי 2 2 107 יאָסל בוכ בינדער. בא דעם טאָפּאָל (ליה) ס 6 8 מ"ס 109 מארק גאלײַ. נאָטיצן פון אן אױספּרוּװיפליַער. נאָכװאָרט וו שמוט? גאָרדאָן *י + * . ס 0 0 + 2 עון אײַזיק פּלאטנער. לידער (פון דעם דיכטערס. לאט . ; 1200 הירש רע לעס. מיט אײַזיק פּלאטנערן + + + . . . . . 123 דאָװיד בראָמב ערג. זײַן אף דער ערד (לידער) . . . . 125
טריבונע פון לעבן
אבר העכגעקעס. כטזעם. פֿולן 6 4 : . . 6 2 . 128
ליטעראטור און קונסט
קערש העמעניק. פעהעץץ מארקיש + . + . . . 138 יעשוע קיובאָמירסקי. יל. פּערעץ און דער ייִדישער פשטטר ס ס ס 8 0 ס 0 ס 0 ס ס 0 8 8 2 יב
מוישע נאָטאָװיטש. פאר קלײן און גרויס . . . . . 151
פון דער שעפערישער לאבאָראטאָריע. כאיִם מעלאמוד.א ביטערע מעלאָכע + + . . . . . . 155 שקעקף שהעבן 9408 0 0 ס ס ס 0 ס ס ס ט * יי יב כנאעק יי 2 טי 2 6 6 119 15012145:124, 158,154 פיט יף טעה פ ס 0 6 ס 6 ט 0 ג 2 159 | |
הויפּט-רעדאקטאָר
א. ווערגעליס.
רעדקאַלעגיע: ה. אַשעראַװיטש, אי. באַ- רוכאַװיטש, א. גאַנטאו, מ. טייף, נאַטע לוריע, מ. לעוו (פאראנטװואָרטלעכער סעקרעטאר), ף מיקעה. יה פא קמאן םס פהי; = האפטן = הויעת
פּערעץ מאורקיש
אַקַשטיאבער-ליר
דער וועג איז גלײַך: דער וועג איז בארג-ארוף! דער וועג איז ריִכטיק! און יעדער טראָט -- געשטאָלט, געפּרוּווט און הארט איז:
--- מיר האקן זיי, די יאָר, --- די לעמפּ מיר טראָגן אף געזיכטער,
וי ס'האקן די שאכטיאָרן קוילן אין די שאכטעס!
דער וועג איז בארג-ארוף! און װײַטן ווערן גראָמער, איעדער טראָט איז --- פּײַן און ווייטעק פון געבוירן: --- מיר קויקלען זיי, די יאָר, וי קוילן צו א דאָמנע, װאָס שמעלצט יאָרהונדערטן און לײַכט פאר דוירעס!
װוי הענט זייַנען געשטרעקט צו יעדערן די וועגן,
און נאָענט איז די זױײַט, און יונג איז זי און העל דאָרט: --- זי גייט, זי גייט, די צוקונפט, אונדז אנטקעגן
מיט אָפּשניטן פון צײַט, וי סטויגן פון די פעלדער!
איעדער מינדסטער שטויב, און יעדער שטיין דער גרעסטער
אף איבערשמעלץ זיך בעט צו האמערדיקע קלאנגען:
-- פארמישט מיט פייער אונדז און ברענט און גליט אונדז פעסטער, מירן זיך אופהייבן אליין און זיך אליין דערלאנגען!
מיט גאנג פון מענגעס קלאפּט זיך אונדזער פּולס,
און אונדזער הארץ אף פּלעצער שוימיקט זיך און פיבערט: --- יאָרהונדערטן, װי ווערסט-סלופּעס אף רויטן קאראול -- בארג-ארוף, בארג-ארוף, בארג-ארוף און אריבער!
פארליבטע יונגלינגען -- מיר צילן זיי, די יאָר, און ייִנגער ווערן מיר פון יעדערן באזונדער:
--- און שטײַגנדיק אף בארג, אין בלענדיקן קאיאָר, ועען מיר דעם ערשטן אָקטיאבערישן יאָרהונדערט!
,:====2/
אק לווקוזצ1אי=- ריצדלדזוי! יא 13 וי
פ3טרס! כּ6ַאנקטלף
גְאֵל קאָקפ סון קאַפאַאייש
/צווייטער טייל
עטלעכע ווערטער פונעם אװטאָר
אזא טעװע האָט שוין אונדזער געערטער לײענער: הײיבסטו אים א דערציילן א געשיכטע, וויל ער גלײַך וויסן, װאָס װעט זײַן װײַטער, מיט װאָס האָט עס זיך געענדיקט
און, צװישן אונדן זאָל עס בלײַבן, איז ער, נעבעך, גערעכט, דער לענער. טויזנט מאָל גערעכט!
אינדערעמעסן, װאָס פאר א טאם האָט א מײַסע אַן א סאָף?
דערפאר טאקע װעלן מיר באלד דערצײילן װײַטער די געשיכטע װעגן דעם בעקער פון קאָ לאָמײע, װעגן דעם, װוּהין עס האָט אים פארטראָגן דער גויר? און װאָס איז מיט אים געשען. האָט איר דעם צװײיטן טיי?, און עס וארט נאָך אף אײַך דער דריטער טייל פונעם ראָמאן ר בעקער פון קאָלאָמײיץ"ג.
יענע, װאָס האָבן געלײענט דעם ערשטן טײל, געדענקען געװיס, אז ער איז געװען געשריבן אין א הומאַריסטישן, פריילעכן נוסעך. נאָר זאָל מען מיר מויכ? זײַן, אויב װײַטער װעט ערטער- װײַז אויסקומען זיך א ביס? אָפּװענדן פון אָט דעם גאנג, װײַל װער, אשטייגער, װײיסט עס ניט, אז ניט שטענדיק איז פריילעך אפן הארצן?
אָפּטלעך בלאָזן אזעלכע בײיזע װינטן און דער העלד אונדזערער פאלט ארײַן אין אזעלכע אומשטענדן, אז עס װערט אים גאנץ ביטער אף דער נעשאָמע און עס לאכט זיך ניט..
דערבײַ טאָר מען אויך ניט פארגעסן, אז אינעם ראַמאן האנדלט זיך װעגן = לעבנס-וועג פון א ניט:אויסגעטראכטן העלד, װאָס האָט פארזוכט קאלטס און ווארעמס, געװען אפן פערד און אונטערן פערד.
נאָר ויבאלד מיר האָבן דאָ צו טאָן מיט א ראָמאן און ניט מיט קיין לעבנס:באשרײַבונג, האָט זיך דער אװטאָר דערלויבט צו ענדערן דעם נאָמען פון דעם הויפּט:העלד און פון די מענטשן, מיט ועלכע ער האָט זיך געטראָפן.
עס װעלן זיך אין ראָמאן באגעגענען אײניקע עפּיזאָדן, װעגן װעלכע סקעפטיקער, װאָס בא שמייכלען איראָניש יעדעס הויך געפי?, װעלן זאָגן: עט, אן אויסגעטראכטע מײַסע. אזוינס קאָן ניִט זײַן. מוזן מיר זיי װאָרענען: ניין, ליבע מענטשן, ס'איז ניט קיין אויסגעטראכטע מײַסע. אזוי איז געװען.
אָבער װאָס װעלן מיר לאנג ברײַען, װאָס װעלן מיר זיך ארײַנלאָזן אין כקירעס, אז עס וארטן אף אונדז נײַע באגעגענישן מיטן בעקער פון קאָלאָמײַע און מיט זײַנע פרײַנט און סאָנים...
נאָר ווארט א װײַליטשקע!
2;
א
ג דעם ערשטן טײי? זע ,סאָװעטיש היימלאנד" נומ. 4 און 5 פארן 1964 יאָר.
עפשער װאָלט געװען א געדאנק דערמאָנען אין עטלעכע װערטער, װאָס קומט פאָר אין דעם ערשטן טייל פון ראָמאן?
..פון א קליין שטעטעלע קאָוואליווקע, טיף אין די קארפאטן, אנטלויפט אין דער גרויסער וועלט ארײַן יאָסיע דעם סטעלמאכס טאכשיט, מאקס קרייסלער. ער קומט אָן אין קאָלאָמײע, אין דער בעקערײַ פון פאני זשיכלינסקא. פארן באָכער הייבט זיך אָן א נײַ לעבן, פול מיט געשעענישן, באגעגענישן מיט גאָלדענע מענטשן, אזעלכע, װי אילקאָ זאגול, און מיט אױיסװוּרפן, װי די פּאני זשיכלינסקא גופע.
דער גוירל פארבינדט אים מיט א ייִדישן װאנדער-טעאטער, עֶר פארליבט זיך אין א יונגער בארימטער אקטריסע עסטערל שאפּיראָ, נאָר איר פאָטער אָסקאר שאפּיראָ צעשטערט די דאָזיקע ליבע -- א פּראָסטער בעקערייונג און א בארימטע אקטריסע? פע, דער שידעך שטייט אים ניט אָן. אונדזער אומרויִקער העלד לאָזט זיך װײַטער זוכן זײַן גליק, ער טרוימט װעגן טעאטער, עפשער װעט ער נאָך אמאָל װערן א בארימטער אקטיאָר? עפשער...
אונדזער העלד שפּארט אַן אזש קיין בערלין
;ס האָט זיך אים אפילע ניט געכאָלעמט, אז געוויינלעכע אָקסן און קי, ;אומשולדיקע באשעפענישן, גאָט די נעשאָמע שולדיקע, װעלן אים אזוי אומדערווארט אריבערפּעקלען אין גאָר אן אנדער וועלט. העכער דרי װאָכן צײַט האָט ער געשפּאנט מיט א בײַטש אין דער האנט איבער אומבאקאנטע ועגן און שטעגן, איבער א ווילד-פרעמדער מעדינע, הייזעריק געװאָרן, שרייענדיק און אײַנטײַנענדיק מיט די בעהיימעס, זיי זאָלן זיך ניט צעקריכן אין אלע זײַטן, נאָר זיי האָבן אים געהערט, װי דעם קאָטער. און גיי רוף זיי, די בעהיימעס, קנאקניסל!
א גאנצן טאָג געקנאָטן די בלאָטע, האָט מען זיך פארנאכט אָפּגעשטעלט אין פעלד, צעלייגט א שײַטער, געשטילט דעם הונגער, געפּרוּװוט דערווארעמען די נעשאָמע. אָפּגעשטופּט ווי-ניט-איז די נאכט, האָט מען זיך גאנצפרי מיט דער ראָשטשינע געלאָזט װײַטער אין וועג, געגאנגען אין געהאקטע וװוונדן. דאָס בײַסיקע הארבסטיקע רעגנדל, די בייזע װוינטן האָבן מאמעש געטרייבערט די נעשאָמע.
בלויז די ערשטע עטלעכע טעג איז מאקס געוען צופרידן מיט זײַן נעסיע. ער האָט גע- שפּאנט, אונטערזינגענדיק פריילעכע קאָלאָמייקעס, זיך געווערטלט מיט די קאָלעגן"פּאסטעכער, געשפּאסט, דערציילט מײַסעס, װאָס האָבן געצװוּנגען די צוהערער זיך האלטן פאר די זײַטף רײַסן קישקעס. שפּעטער איז ער געװאָרן אומעטיקער, שװײַגעוודיקער, ביז ער איז אינגאנצן שטיל געבליבן. אים איז נימעס געװאָרן דער וועג, די רעגנס, די ווינטן, די שײַטערס, די בעהיי- מעס, װאָס האָבן געקוקט אף אים מיט גאזלאָנישע אויגן, פּונקט װי ער איינער װאָלט געווען דער גאנצער שולדיקער אין דעם, װאָס מע האָט זיי נעבעך אָפּגעריסן פון זייערע טרײַע באלעבאָס- טעס, פון די היימישע קאָרעטעס און לאָנקעס און מע טרײַבט זיי ערגעץ דער רועך ווייסט װוּהין, עפשער גאָר אין בויניע ארײַן.
ווען מאקס האָט כאָלילע א טעווע צו שעלטן, װאָלט ער איצט געוויס פארשאָלטן זײַן פינצ- טערע דאָליע, דעם ביטערן גוירל און אין דער ערשטער ריי די זשאנדארמען.
מיט יעדן שפּאן האָט ער זיך דערװײַטערט פון זײַנע קארפאטן. איצט האָט ער געוען די גרינע בערג בלויז אין כאָלעם. דאָס הארץ האָט גענאָגט, ווען ער האָט זיך דערמאָנט אין זײַן װײַטער היים.
נאָר װי זאָגט יענער: אז מע גאנוועט ארויס די פערד, איז שוין ניט קעדײַ פארמאכן די שטאל... איצט איז שוין שפּעט געווען כאראָטע צו האָבן. ער װעט שוין זען פארטיקערהייט, װאָס עס װעט אים ברענגען דער מאָרגעדיקער טאָג. זאָל זיך נאָר גיכער ענדיקן אָט דער שװערער וועג, װעט מען זיך שוין יאקאָס אן אייצע געבן. שיקט זיך, אז אין אזא גרויסער וועלט זאָל זיך ניט געפינען קיין שטיקל פּלאץ פאר אים, פאר דעם בעקער פון קאָלאָמײע?
און אזא טעווע האָט שוין יעדער װועג -- װי ער זאָל זיך ניט דרייען, מוז ער זיך אמאָל אױיסלאָזן. אויך אָט דער וועג האָט זיך אױסגעלאָזט, און דערצו נאָך אזוי אומדערווארט, װי אומ- דערווארט ער האָט זיך פאר מאקסן אָנגעהויבן.
אין איינעם א שטילן פרימאָרגן, ווען דאָס נימעסע רעגנדל האָט אופגעהערט און דער הימל- ראנד איז געװאָרן א ביסל לויטערער, האָבן זיך פון ערגעץ דורכגעריסן א פּאָר פארשלאָפּענע שטראלן, זיך אָנגעהױבן כיינדלען, און פאר די אויגן פון די פּאסטעכער איז אופגעשטאנען א סקוטשנע שטעטל מיט טשערעפּענע דעכער, עטלעכע שפּיצן פון קירכעס, א צעמאזיקטע פעסטונג
5
עת7אעשתִּ. ,יי
2.1 יע .1052 5:.::5:
=ימישק.2.
אָדער א געוועזענער פּרײַסישער שלאָס, און אין טיפן גרינעם טאָל, דאָרטן, װוּ עס האָט זיך געשלענגלט א טײַכל, האָט זיך באוויזן א מעשונעדיקע פינצטערע געבײַדע, װי א מין לאנגע שטאל, ארומגערינגלט מיט א הויכער, אומגעלומפּערטער וואנט. פונעם גרויסן הויף האָט זיך אהער געריסן א מוירעדיקער געברום, און נאָך האָט זיך פון דאָרטן דערטראָגן א שטארקער גערוך פון בלוט, פון דזעגעכץ און אנדערע ניט גאָר פיַנע זאכן, וועגן וועלכע עס װאָלט עפשער דאָ ניט קעדיי געווען צו ריידן.
ניט אנדערש, װי די גרויסע טשערעדע, װאָס מע האָט אהער געבראכט, װאָלט לױטן גערוך און לויט דעם רעווען דערפילט, װאָס דאָס איז פאר א מאָקעם. די קי און אָקסן האָבן, גלײַך וי מע װאָלט זיך צונויפגערעדט, אופגעהויבן א טומל ביזן הימל.
מאקס, װאָס איז נאָך זינט ער לעבט ניט געווען אף אזא מין כאסענע, האָט דערפילט, אז דאָס הארץ וװוערט בא אים צעזעצט. ער האָט ראכמאָנעס געהאט אף זײַנע אונטערטעניקע און זי שוין מויכל געווען, װאָס זיי האָבן זיך אין וועג ניט גאָר פיין אופגעפירט, אים ניט געפאָלגט.
איין זאך האָט אים יאָ געפרייט -- דאָס, װאָס דער וועג האָט זיך שוין געענדיקט.
און ווירקלעך, אין א פּאָר שאָ ארום האָט אים דער דיקער באלעבאָס מיט די העלע װאָנצעס, פּיפּקענדיק זײַן שווערן שווארצן ציבעק, אויסגעצאָלט דאָס ביסל מינץ, א זעץ געטאָן מיט דער שווערער האנט איבער דער פּלײצע און געהייסן שטעלן פיס, זיך אומקערן גלײַך אהין, פונוואנען ער איז געקומען, װײַל אויב ער װועט זיך דאָ פארהאלטן, װועט ער אריינכאפן א שיינעם פּעטשא-
טעק פון דער גרענעץ-וואך. עוויס! װי זשע קאָן זײַן אנדערש? זאָל מאקס נאָר א ביסל איבערכאפּן דעם אָטעם, פאר- יט ער גלײַך די האָלאָבליעס!
מאקס האָט געשמייכלט. איצט הערט ער אים שוין דאפקע פאר א דרײַער. ער וייסט אליין, װאָס ער האָט צו טאָן! און, אָפּגעזעגנט זיך שיין און פײַן מיט די נײַע כאויירים זײַנע -- מיט די פּאסטעכער און הורטנטרײַבער, האָט מאקס קרייסלער זיך געלאָזט גיין א קוק טאָן, װוּ האלט ער ערגעץ אין דער וועלט.
נאָר װוּהין גייט מען? א שטיק וװועלט איז ער שוין אויסגעווען, װאָלט מען נאָך געדארפט א פּרוּוו טאָן דאָס מאזל אין בערלין. פאָרט א גרויס שטעטל -- עפשער װוצט ער זיך דאָרטן צושלאָגן צו א ברעג?
א היפּש ביסל צײַט האָט ער זיך ארומגעדרייט אף דער באן-סטאנציע, ביז ער האָט אָנגע- טראָפן אף ,זײַן צוג? -- דאָס איז געווען א לאנגער פראכטצוג. אזויווי דייטשן-קאָנדוקטאָרן, די סאמע, זאָגט מען, פּינקטלעכע צוישן אלע קאָנדוקטאָרן אין דער וועלט, האָבן א טעווע פארנאכט כאפּן א דרעמל און עס ווערט בא זיי אָפּגעשואכט די ריֵע, האָט אונדזער וואנדערער זיך אײַנ- געגעבן ארײַנכאפּן אומבאמערקט אין א וואגאָן, זיך באהאלטן צווישן זעק און פּעק און מיט מאזל זיך לאָזן אין וועג.
לאנג האָט זיך געשלעפּט דער צוג און נאָך לענגער געשטאנען אף די סטאנציעס און פּאָלו- סטאנקעס. נודנע האָט זיך געצויגן די צײַט. ווען דער צוג האָט זיך ענדלעך אָפּגעשטעלט און מער ניט ארויסגעוויזן קיין פארלאנג זיך רירן פון אָרט, איז מאקס פאָרזיכטיק ארויסגעקראָכן פונעם וואגאָן. ער האָט דערזען א יאם מיט עלעקטרישע פּײיערן, װאָס האָבן זיך איבערגעװוּנקען, װי די שטערן אין הימל. אלפּי-סייכל האָט יענער יאם פײַערן געדארפט זײַן בערלין.
ער האָט זיך געלאָזט גיין, נאָר װאָס מער ער איז געגאנגען, אלץ װײַטער האָט זיך אָפּגערוקט פון אים די שטאָט...
קורץ גערעדט, ער איז אָפּגעגאנגען א שיינע עטלעכע שאָ, ביז ער איז געקומען אין שטאָט ארײַן. עס האָט גענומען טאָגן, און אף די פּוסטע גאסן האָט אָנגעהױבן רוישיקער וערן פון מענטשן, װאָס האָבן זיך געײַלט אף דער ארבעט, און פון די אװטאָמאָבילן און טראמװײַען, װאָס האָבן זיך אויך ערגעץ געײַלט, וי זיי װאָלטן מוירע געהאט פארשפּעטיקן.
אינגיכן האָט אים שוין דער געדיכטער שטראָם מענטשן אונטערגעכאפּט און אװעקגעטראָגן מיט זיך. אלץ האָט אים געצװוּנגען זיך װאָס גיכער אײַנשליסן אינעם שנעלן טעמפּ פון גרויס- שטאָטישן לעבן, נאָר ער האָט זיך דערװײַל ניט אונטערגעגעבן, געשפּאנט, ארומקוקנדיק זיך אין אלע זײַטן, געקוקט אף די וויטרינעס און גרויסע הײַזער, וי אף א בייזװװוּנדער.
מע קאָן, פארשטייט זיך, ניט זאָגן, אז די אומגעהייער גרויסע, ברויזנדיקע שטאָט מיט איר גרילצעריי, טומל און שטופּעניש איז מאקסן גאָר שטארק געפעלן געװאָרן. ער האָט זיך פון אָנהײב דערפילט װי פּריטשמעליעט. עס האָט זיך אים אויסגעוויזן, אז די אװטאָמאָבילן און טראמװײַען פליֶען גלײַך אף אים, די פילשטאָקיקע מויערן מיט די רײַכע וויטרינעס האָבן געדריקט אף אים, וי געפאלן אף זײַנע אקסלען. עס האָט זיך אים געדוכט, אז ער ווערט דערשטיקט פון דעם רויך, פון די גאזן, פון דעם שטויב און נאָך פון דער רועך ווייסט װאָס.
6
מאקס האָט זיך ארויסגערוקט פון דער געדיכטעניש און האָט פארקערעוועט אין א זײַטיק געסל, װווּ ער האָט געקאָנט א ביסל איבערכאפּן דעם אָטעם.
ער איז געגאנגען, װי ער זאָל ארויסקוקן אף א נעס, נאָר, וי אפצולאָכעס, זײַנען קיין ניסים ניט געשען, -- זיי, זעט אויס, געשעען ניט אלע מאָנטיק און דאָנערשטיק אפילע אין אזא גרויסער און אומגעלומפּערטער שטאָט, װוי בערלין.
װאָלט זיך כאָטש עמעצער אָפּגעשטעלט, מע זאָל קאָנען א פרעג טאָן, װאָס און ווען, װוּהין קערט מען זיך, װוּהין ווענדט מען זיך, װוּ געפינט מען ארבעט, א דאך איבערן קאָפּ... נאָר קיינער קוקט אפילע ניט אין זײַן זײַט. אלע זײַנען פארטאָן מיט זיך, פארטאראראמט, פארהאוועט. דאכט זיך, זאָלסט זיך אויסציִען אינמיטן גאס און שטארבן, װעט זיך אויך קיינער ניט אָפּשטעלן, דיר ניט דערלאנגען קיין טראָפּן וואסער...
א שיינע שטאָט! טאקע, כ'לעבן, געדארפט געווען אזוי אײַלן אהער!
ער האָט אפילע לעכאטכילע זיך ניט אָנגעשטױסן, אז ער איז שוין צוגעקומען צו די בראנ- דענבורגער טויערן. עפעס האָבן זיי געהאט גאָר א װאָכעדיקן אויסזען, ניט געווען ענלעך אף יענע טויערן, װאָס ער האָט געזען אין די זשורנאלן און אף די קאָלירטע פּאָטשט-קארטלעך. געוויינ- לעכע אָנגעדראָלענע קאָלאָנעס, אויסגעשמיסענע פון רעגנס און וינטן, כמורנע, אומהיימלעכע, בייזע. פונקט אזא מין אויסזען האָבן געהאט די מאסיווע ווענט און דער געזעצטער קופּאָל פונעם רייכסטאג. עס האָט אף מאקסן אויך ניט געמאכט קיין איבעראשנדיקן אײַנדרוק די שפּרעע מיט אירע קאלעמוטנע, שמוציקע וואסערן. א מאָדנעם אומעט און מאָרעשכױירע האָבן אף אים אָנגע- װאָרפן די אָנצאָליקע בראָנזענע און גראניטנע באראָנען, קיײיסאָרים, ריטער, גענעראלן, װאָס האָבן געקוקט אף דער וועלט מיט גאדלעס און רעציכע.
דעם גאנצן טאָג איז מאקס ארומגעגאנגען װי א פארטשאדעטער איבער דער אומענדלעך- גרויסער שטאָט.
אומבאמערקט האָט גענומען צופאלן די נאכט. עס האָבן זיך אָנגעצונדן די לאמטערנס. מיט אלע קאָלירן פון רעגנבויגן האָבן גענומען פינקלען די וויטרינעס, װאָס האָבן גערופן, געשריִען געמאָנט, פאָרגעלייגט עפעס פארזוכן, קויפן, נעמען.
אלע האָבן ערגעץ געײַלט, נאָר מאקס האָט ניט געהאט װוּהין צו אײַלן.
עס האָט אים ווידער פארטראָגן אין א זײַטיק געסל, װוּ עס איז געווען ניט אזוי רוישיק. דער זשום איז ארויס פון קאָפּ, און די אויגן האָבן זיך א ביסל געקאָנט אָפּרוען פון די טאנצנדיקע פייערן. ער האָט זיך אָפּגעשטעלט בא א פּלויט, װאָס איז געווען פון אויבן ביז דער ערד פאר- קלעפּט מיט אפישן, פון וועלכע עס האָבן זיך אף אים געװאָרפן גאזלאָנים מיט רעװאָלװערןף ריטער אף צעפאליעטע פערד מיט שװערדן אין די הענט, עס האָבן צו אים אונטערגעשמייכלט און צוגעווונקען האלב-נאקעטע שײנהײַטן. צװישן אָט דעם מישמאש האָט זיך מאקסן געװאָרפן אין די אויגן א באשיידענע אפישע און דאָס אויג האָט זיך אָפּגעשטעלט אפן נאָמען זיגפריד ליינארד...
ליינארד?.. װוּ האָט ער געהערט דעם נאָמען? אין עפּעס האָט עס אים דערמאָנט, אין עפּעס ליבס און טײַערס. צי איז דאָס ניט דער זעלבער אקטיאָר, וועגן וועלכן עס האָט אים אזויפיל דערציילט שימשן-האגיבער? איז דאָס ניט יענער גרויסער רעזשיסער, וועגן וועלכן עס האָט מיט אזא היספּײַלעס גערעדט עסטערקע שאפּיראָ?..
ער האָט זיך בעסער איַנגעקוקט אין דער אפישע, געלייענט די קארגע עטלעכע שורעס. געוויס! דאָס איז יענער זעלבער זיגפריד ליינארד, דער בארימטער אקטיאָר, דער גרויסער קינסטלער! דאָ אין שטאָט געפינט זיך זײַן טעאטער.
איבערגעלייענט אין סאמע עק פון דער אפישע דעם אדרעס פונעם טעאטער, האָט מאקס זיך גלײַך געלאָזט אהין. ער איז ניט געגאנגען, נאָר עס האָט אים געטראָגן, וי אף פליגלען. ער האָט זיך נאָכגעפרעגט בא פארבייגייער, ויאזוי דערקלייַבט מען זיך אהין.
א פארפּאליעטער און צעהיצטער איז מאקס קרייסלער געקומען צום פּלאץ, װוּ עס איז גע- שטאנען א געראמע געבײַדע. נאָר עפּעס א מאָדנע געשיכטע! צו טונקל האָבן געברענט די לאמ- טערנס ארום איר, צו װאַכעדיק האָט אויסגעזען דער פּלאץ...
צוגעגאנגען צום אריינגאנג, האָט מאקס דערזען א פּלאקאט, אף וועלכן ס'איז געווען שווארץ אף װוײַס אָנגעשריבן, אז די טרופּע איז ארויסגעפאָרן קיין אמעריקע און אײיראָפּע אף גאסטראָלן.
אָט האָסטו דיר! אף זײײַן וויסט מאזל דארף גאָר פּאסירן אזא זאך!
און וויפל, אשטייגער, קאָן אויסקומען ווארטן אף דער טרופּע -- א כוידעש, א האלב יאָר, א יאָר, אײיביק?..
און מאקס האָט בא זיך געפּױעלט: וויפל עס זאָל ניט דויערן, װעט ער ווארטן! װאָס עס זאָל
7
זװז
מיט אים ניט געשען, ויאזוי ער זאָל זיך ניט מוטשען, װעט ער בעשום-אויפן ניט פארלאָזן די שטאָט, ביז ער װעט ניט זען דעם גרויסן ליינארדן אף דער בינע! מאקס האָט זיך געפּרוּװט פאָרשטעלן, װאָס פאר א מענטש איז ער אין לעבן אָט דער ליי- נארד? מע קאָן זיך עפשער מיט אים באגעגענען, זיך באקענען מיט אים... און צוריקגערעדט, ווען מאקס באגעגנט זיך שוין יאָ מיט ליינארדן, וועגן װאָס װעט ער מיט אים ריידן? וועגן באקן בולקעלעך? וועגן דעם, אז ער וויל ארבעטן אין טעאטער? נאָר דאָס איז, אפּאָנעם, א נארישער טרוים. אין אזא טעאטער, זעט אויס, װעט מען אים אפילע קיין בעזעם ניט פארטרויען, ער זאָל צוקערן די בינע... בלויז אויסדערויילטע קאָנען דאָרטן ארבעטן, גליקלעכע. יאָ, זינט מאקס געדענקט זיך, גייט אים טאָמיד מיט דער פּוטער אראָפּ. האָט ער זיך שוין יאָ מיט גרויסע צאָרעס צוגעשלאָגן צו אן ארבעטער-טעאטער, עטלעכע מאָל ארויסגעגאנגען אף דער בינע, געשפּילט קליינע ראָלן, -- ס'רעדט זיך נאָר אזוי ראָלן, --- איז טאָמער האָט מען אים געװאָלט פארטרויען שפּילן אָטעלאָ, דארף דער רועך אָנטראָגן די פּאָליצײ, און מע טרײַבט אים ארויס פון דער שטאָט... איז גלײַך געװאָרן אויס אָטעלאָ, אויס טעאטער, װי יענער זאָגט -- אויס קאלע, װוידער מויד!.. נאָר כאכאָמים זאָגן דאָך אויך עפּעס אנדערש: װאָס באשערט, איז באווערט. אף ניט געגאנגען און ניט געפאָרן דארף מען קיין כאראָטע ניט האָבן... ער װאָלט געוויס דורכ- געפאלן, און עס װאָלט געווען א כארפּע און א בושע זיך צו באװײַזן פאר מענטשן... ווער ווייסט, עפשער האָבן אים גאָר די לייצים פון טעאטער, ווען זיי האָבן אים פאָרגעלייגט שפּילן אָטעלאָ, אומיסטן געװאָלט אָפּטאָן א שפּיצל און מאכן צום נאר? נאָר וי עס זאָל דאָרט ניט זײַן, טוט אים פונדעסטוועגן באנק, װאָס עס האָט זיך אזוי שלעכט באקומען און ער האָט ניט געקאָנט אָפּשפּילן די ראָל. ער װאָלט איצט געקאָנט ארײַנקומען צו זיגפריד ליינארדן און זאָגן, אז ער קאָן א ביסל שפּילן.. פאָרט בעסער, וי גאָרנישט.. מאקס קרייסלער איז לאנג געשטאנען בא דער פוסטער געבײַדע פון טעאטער און נאָכגע- שפּירט, װי עס פאלן בלעטער פון די קליאָנען, װי פון מאָל צו מאָל פּלאצט בא זײַנע פיס דער שטעכלדיקער גרינער בעגעד פון א קאשטאן און פון דאָרט קײַקלט זיך ארויס דער ברינער גלאנציקער יאָדער און באהאלט זיך צװישן די געלע שורשענדיקע בלעטער. פון דעם אפדערנאכט אָן האָט דער באָכער אָנגעהױיבן קומען אהער קימאט יעדן טאָג. דער פּלאקאט, װאָס האָט געמאָלדן, אז דער טעאטער איז אף גאסטראָלן, איז פון מאָל צו מאָל געװאָרן אלץ בלאסער, אָפּגעבליאקעװועטער. וי מיר האָבן שוין געזאָגט, האָט מאקס באשלאָסן, אז ער מוז זיך דערווארטן אפן טעאטער. איז מעגט איר זיך פארלאָזן אף מאקס קרייסלערן: אין געהאקטע װוּנדן, נאָר אף ליינארדן ועט ער זיך דערווארטן, אָבער ביז װאָס-ווען האָט מען געדארפט טראכטן, װי מע שטופט אָפּ דעם טאָג אין דער אומענדלעכער, מעשונעדיקער שטאָט, װי פארדינט מען אפן שטיקל ברויט און װוּ שפארט מען צו דעם קאָפּ. מע האָט געדארפט זען קריגן כאָטש אף א טאָג, אף א װאָך ארבעט. פאר א קורצער צײַט האָט דער גאסט באויזן זיך באקענען מיט אלע װאָקזאלן פון דער שטאָט, מיט אלע ארבעט-בירזשעס, שוין אָפּגערעדט פון די קיכן פאר ארבעטלאָזע, װוּ יעדער ביסן, יעדעס ביסל אומזיסטע ,זופּע" און קאווע האָט געהאט דעם טאם פון יענער-וועלט. ער האָט אויך פארזוכט, װאָס אזוינס זײַנען די איפּעשדיקע, ענגע, קויטיקע נאכט-הײַזער פאר ארבעטלאָזע, שנאָרערס, הײימלאָזע. ער פלעגט דאָרט איבערשלאָפן די נאכט און גאנצפרי זיך וידער לאָזן אף א װאָקזאל, עפשער װעט זיך איינגעבן אױסלאָדן א פּאָר וואגאָנעס און כאפּן עטלעכע מארק אפן אויסקומעניש. אָבער בערלין האָט, װי עס האָט זיך ארויסגעוויזן, גאָר ניט ארויסגעקוקט אף מאקס קרייס- לערן. ס'איז דאך געווען א צײַט פון הונגער און ארבעטלאָזיקײַט. צו יעדן שטיקל ארבעט האָבן זיך געצויגן טויזנטער אױיסגעהאָרעװועטע הענט. װוי אפצולאָכעס, איז דאָס יאָר געווען א הארבסט, װאָס האָט זיך אזוי אײַנגעגעסן אין לעבער, כאָטש נעם זיך דאָס לעבן! פונוואנען האָבן זיך גאָר גענומען אזוינע אכזאָריעסדיקע רעגנס און קעלטן! אָט הייבט מיטאמאָל אָן שיטן א שניי, און אין א שאָ ארום ווערט ער פארוואנדלט אין בלאָטע. און אף די שיך איז א ראכמאָנעס צו קוקן. זי עפענען די מײַלער און בעטן נעבעך קאשע... אינװײיניק גוואדזגעט, כאָטש פארטרייב אהין זשאבעס... דער טײַװל ווייסט זיי, די מענטשן, װאָס האלטן זיי זיך אזוי בא אָט דער אומגעלומפּערטער שטאָט? נו, ער, -- דאָס איז גאָר עפּעס אנדערש, --- ער מוז זען זיגפריד ליינארדן, נאָר װאָס האלטן זיי זיך דאָ, די פארהאוועטע, פארפּינעטע, אויסגעמאטערטע גרױיסשטאָטישע מענטשף װאָס יאָגן ערגעץ די גאנצע צײַט, ראטעווען זיך פון די אװוטאָמאָבילן און טראמװײיַען, לייענען
8
א צײַטונג שטייענדיק אין וואגאָן פון דער אונטערגרונט-באן אין דער מוירעדיקער ענגשאפט און בעהאָלע?..
לאָזט זיך אויס, אז דער הארבסט איז נאָך געװען א כעסעד אין פארגלײַך מיטן װינטער! ניט אנדערש, וי צוליב דעם גאסט, מאקסן, האָט ער פון סאמע אָנהייב גענומען באװײַזן זײַנע קונצן.
עס זײַנען גלײַך ארײַנגעפאָרן די פּײַנע פרעסט מיט די שיינע זאווייען. אף די גאסן זײַנען אויסגעוואקסן בערג שניי. און צוליב דעם טאקע האָט מאקס באקומען א הילצערנע לאָפּעטע און אָנגעהױבן פארדינען אפן שטיקל ברויט. נאָר זײַנע שיך האָבן וועגן זיך דערמאָנט די גאנצע צײַט און עס איז אויסגעקומען זיך גאָר אינגיכן אָפּזאָגן פונעם גליק.
אװועקגעװאָרפן די לאָפּעטע, איז מאקס אוועק אפן װאָקזאל. פון װאָקזאל האָט ער זיך גע- טראָגן אין א קיך פאר ארבעטלאָזע, אף דער בירזשע, עפשער װעט ער דאָך באקומען אף א פּאָר טעג ארבעט. קורץ גערעדט, עס איז אים געווען גוט, װאָס בעסער קאָן שוין גאָר ניט זײַן,
יאָ, שוין ניט איין מאָל איז אים אין קאָפּ געקומען דער געדאנק, אז עפשער איז גאָר קעדיי מאכן א סאָף צו זײַנע װאָגלענישן, ארויסשלאָגן זיך פון קאָפּ די נארישע פלענער און טרוימען. צײַט פארקערעווען דעם דישל און זיך אומקערן אהיים, צום טאטן, זיך אװעקזעצן לעבן אים און זיך נעמען מײַסטרעװען רעדער, בריטשקעס. גענוג! פּאָטער! פארזוכט, װאָס הייסט קאלטס און ווארעמס, דארף מען אָפּטרעטן דאָס אָרט א צװייטן!
אמאָל פלעגן קריכן אין קאָפּ נאָך שרעקלעכערע געדאנקען: עפשער זאָל ער זיך גאָר אינ- גאנצן אָפּזעגענען מיט דער וועלט, פּאָטער ווערן פון אזא זיס לעבן? אין אזא גרויסער שטאָט איז דאָס אזוי גרינג צו טאָן, װי דערלאנגען א שפּײַ. מע קאָן זיך ווארפן אונטער א טראמווײי, און עס װעט אלץ זײַן אין אָרדענונג, ארײַנשפּרינגען אין די קויטיקע וואסערן פון דער שפּרעע, און זיי וועלן דיך צונעמען מיט גרויס קאָװועד... אזויפיל אומגליקלעכע מענטשן טוען דאָס טאָגטעגלעך, און קיינער באוויינט זיי אפילע ניט... פאר דער צײַט, װאָס מאקס איז אין אָט דער שטאָט, האָט ער זיך גענוג אָנגעקוקט, געזען, װי מענטשן מאטערן זיך מיטן טויט, שלאָגנדיק זיך פארן שטיקל ברױיט; וי היימלאָזע, ארבעטלאָזץ שטארבן אונטער יענע פּלױטן, הינטער וועלכע עס שײַנען מיט אלע ליכטיקע פענצטער פרעכטיקע הײַזער, ווילעס, װוּ מע פרעסט און מע זויפט, װוּ מע הוליעט און מע לעבט א מעשוגענעם טאָג.
יאָ, דאָס מאזל האָט אים ניט געבאלעװעט, מאקסן. די שטאָט האָט אים ניט געבראכט פאר קיין גראָשן גליק.
איין פרייד איז בא אים געװען: לאנגע שאָען פארברענגען אין דער גרויסער ביבליאָטעק, װוּ ער האָט געקאָנט לייענען ביכער און זשורנאלן, אזעלכע, װאָס ער האָט קיינמאָל ביז איצט ניט געזען. דאָ האָט ער ליב געהאט זיצן אזוי לאנג, ביז מע האָט אָנגעהױיבן לעשן די שײַן און בעטן די פארשפּעטיקטע לייענער אָפּגעבן די ביכער און גיין אהיים...
דאָ, אין ביבליאָטעק, איז געווען דאָס איינציקע אָרט, װוּ מע האָט מאקסן אָפּגעגעבן א ביסל קאָװעד און געקוקט אף אים וי אף א מענטשן. די ביבליאָטעקערנס האָבן זיך באצויגן מיט א בא- זונדערער אכטונג צו דעם מאָדנעם לייענער, װאָס האָט מאמעש געשלונגען ביכער. אלץ האָט ער געװאָלט וויסן, אלץ פארשטיין, װי ער װאָלט געװאָלט אָניאָגן דאָס, װאָס ער האָט דורכגעלאָזט פאר די יאָרן ארומװאָגלען איבער דער וועלט.
פון די עטלעכע מארק, װאָס ער פלעגט אמאָל פארדינען, פלעגט ער נאָך אָפּשפּאָרן עפּעס, ניט כאָלילע אף קויפן שיך, נאָר אף א טעאטער. ער איז געגאנגען אין די מוזייען, געהערט לעק- ציעס פון בארימטע קינסטלער און געלערנטע. אין די שאָען האָט ער אין אלץ פארגעסן, זיך ארי" בערגעטראָגן אין גאָר אן אנדער וועלט און זיך געפילט גליקלעך, א מענטש מיט מענטשן גלײַך.
צוגאסט בא זײַן טרוים
דעם באָכער איז גאָר ניט נימעס געװאָרן אלעמאָל קומען צו דער געבײַדע פון טעאטער, כאָטש דאָרטן איז נאָך אלץ געהאנגען יענער שטארק אָפּגעבליאקעװעטער פּלאקאט. נאָכן שווערן ווינטער מיט די בייזע ווינטן און זאווייען האָט מען אף אים שוין אינגאנצן ניט געקאָנט פאנאנ- דערקלײַבן קיין איין װאָרט, אָפּט האָט זיך מאקסן אויסגעוויזן, אז אומזיסט פּאטערט ער צײַט, אז דער טעאטער מיט ליינארדן װועט זיך שוין קיינמאָל ניט אומקערן אהער. און ער פלעגט אוועקגיין מיט אן אראָפּגעלאָזטן קאָפּ, מיט א צעבראָכענעם געמיט.
דארף טרעפן א נעס!
איינמאָל, אין א מעכייַעדיקן זומער-פארנאכט, גייענדיק א מידער, אן אויסגעמאטערטער נאָך א שווערן טאָג ארבעט באם אױיסלאָדן וואגאָנעס, האָט ער גלאט אזוי פארקערעוועט צום באקאנטן
9
צ- .2
אט רעבא ::45-:3:66} 4
7 ואנ
פּלאץ און איז געבליבן שטיין א שיינענדיקער און א גליקלעכער. הער א מײַסע, זיך טאקע דער- ווארט! זיגפריד ליינארד מיט זײַן טעאטער האָט זיך אומגעקערט פון דער רײַזע און גאָר אינגיכן הייבן זיך דאָ אָן די ספעקטאקלען.
מאקס האָט געלייענט די אפישן און שיר ניט צעשמאָלצן געװאָרן פון פרייד. ער איז געווען אפן זיבעטן הימל: ענדלעך האָט ער זיך דערווארט! ער וװועט איין מאָל אין דרײַ טעג עסן א שטיקל ברויט, נאָר ער װעט זען אלע ספּעקטאקלען, אלע ביז איינעם. װעט ער ניט זיצן אין די וייכע שטולן פון פּארטער, נאָר א בילעט ערגעץ אף דער גאליאָרקע, אונטערן דאך, װועט ער דאָך בעיאד זײַן צו קויפן. װאָס איז אים די נאפקעמינע, װוּ ער װעט זיצן? אפילע אפן בוידעם, אבי זען דעם בארימטן זיגפריד ליינארדן! אין קאָפּ האָט זיך ווידער אריינגעגאנװועט א מאכשאָװע: וי גוט װאָלט געווען, ווען ער נעמט זיך אמאָל אָן מיט מוט און גייט אריין צו ליינארדן, יענער זאָל אים געבן אן אייצע, זאָגן, װוי לעבט מען אף דער וועלט, װאָס פאר א וועג װאָלט זיך געדארפט אויס- קלײַבן אזא איינער, וי ער, מאקס.
און עפשער, עפשער װאָלט ער געמעגט זאָגן ליינארדן, יענער זאָל אים געבן כאָטש וועלכע- ניט-איז ארבעט בא זיך אין טעאטער? פאר ליינארדן איז עס דאָך א קלײניקײַט. איין װאָרט זײַנס, און מאקס' גוירל איז געלייזט...
אָבער צוריקגערעדט, װאָס ווייסט ער וועגן ליינארדן? אז ער איז א וועלט-בארימטער אק- טיאָר... נו, איז װאָס? מאקס האָט דאָך שוין באגעגנט אף זײַן וועג אָסקאר שאפּיראָן, פון וועלכן ער איז א לאנגע צײַט געווען אזוי ניספּאָעל... און אין טאָגטעגלעכן לעבן איז עס געווען א גאָר- נישט שעבעגאָרנישט, א טױיגעניכץ!..
און מאקס קרייסלער האָט נאָך מיט מער אומגעדולד גענומען ווארטן אף זײַן באגעגעניש מיט ליינארדן, דערװײַל מיט ליינארדן דעם אקטיאָר.
און ענדלעך איז ער געקומען, דער טאָג פונעם ערשטן ספעקטאקל. עס איז געגאנגען מאק- סים גאָרקיס ;אפן דעק". פון דער אפישע האָט מאקס געװוּסט, אז אין דער ראָל פון לוקא טרעט אוף ליינארד.
אף זײַן פּלאץ, ערגעץ אף דער גאליאָרקע, אונטערשפּארנדיק מיטן קאָפּ די סט; מאקס מיט אומגעדולד געווארט, אף דער בינע זאָל זיך באװוײיזן לוקא. געריכט האָט ער זען א מעכטיקן, ברײטפּלײציקן אלטן, א געזונטן, װי א קארפּאטער דעמב, נאָר דערזע יי ער א מיטלװוּקסיקן מענטשן מיט אן עטװאָס געבויגענער פּלייצע, אזא געוויינלעכן, אז / פון אָנהייב פארכידעשט, זיך אפילע א ביסל פארלוירן. שוין זשע איז דאָס זיגפר יד ליינארד? פּונקט אזעלכע אלטיטשקע האָט ער, מאקס, דאָך ניט איין מאָל באגעגנט אף די ארבעט-בירזשעס, אין דער ריי בא באקומען דאָס שיסעלע סופּ, אין די נאכט-הייזער...
אָבער שוין אין א רעגע ארום האָט מאקס פארגעסן וועגן אלץ אין דער וועלט, כוץ וועגן דעם, װאָס ס'איז פאָרגעקומען אף דער בינע.
פאר די אויגן פונעם קאָלאָמײער בעקער-יונג איז איצט דורכגעגאנגען א שטיק לעבן פון אומגליקלעכע, דערנידעריקטע, דערשלאָגענע, געפאלענע, שנאָרערס און וואנדערער, גאסנמוידן און באלעבאטימלעך, פארקויפטע נעשאָמעס און ערלעכע מענטשן, פאנאטיקער און טרוימער -- פון די אלע, וועמען דער וװיסטער גוירל האָט צונויפגענומען דאָ, אין דעם ענגן, איפעשדיקן ווינקל.
א פארגאפטער האָט מאקס נאָכגעשפּירט נאָך לוקא.
יאָ, קעדײַ געווען אריבערטראָגן הונגער, קעלט, אלע צאָרעס, קעדיי זען אף דער בינע אָט דעם גאָען, װאָס קאָן מיט די צושויער טאָן װוּנדער --- צווינגען וויינען און לאכן, קריצן מיט די ציין, בענטשן און שעלטן. עפּעס אן אויסערגעויינלעכע קראפט איז געװען פארבאָרגן אין דעם מענטשן,
פון דעם טאָג אָן האָט מאקס געלעבט נאָר מיט איין געדאנק: הײַנט װעט ער װידער קענען קומען אין טעאטער און זען ליינארדן שפּילן. ער איז מעקאנע געווען די מענטשן, וועלכע זײַנען געשטאנען לעבן ליינארדן, וועלכע האָבן געקענט אים דריקן די האנט, אויסריידן צו אים א װאָרט. מאקס איז אפילע מעקאנע געווען דעם שווייצאר, וועלכער האָט פאר זיגפרידן געעפנט די טיר,
געװוּנטשן א גוטע נאכט, ווען יענער פלעגט אן אױיסגעהאָרעװעטער און מידער פארלאָזן די גע- בײַדע פון טעאטער...
דער שיינער זומער האָט מאקסן ניט געבראכט ניט קיין נאכעס, ניט קיין פרייד, ניט קיין גליק. די באקן זײַנען בא אים אײַנגעפאלן, דאָס פּאָנעם איז געװאָרן בלייך, די בגאָדים זײַנען געווען אין אזא צושטאנד, אז ער האָט זייער שטארק דערמאָנט אין די פּערסאָנאזשן, װאָס ער האָט געזען אף דער פאָרשטעלונג פון דער פּיעסע ;אפן דעק",
10
געווען איז דאָס אין איינעם א הייסן זומערדיקן פרימאָרגן, און עפשער איז שוין גאָר אזוי פרי ניט געווען, װײַל די זון האָט אָן ראכמאָנעס געפּאליעט אף צעשמאָלצן צו ווערן. אין די קאפע-הײַזער אונטער גרויסע פילפארביקע שירעמס זײַנען געזעסן אָפּגעפרעסענע ליידיקגייער, גוידערדיקע צעהיצטע פון דער זון דאמען, און מע איז זיך מעכײַע געווען מיטן קאלטן ביר און אײַזדקרעם, לימאָנאד און נאָך מיט פארשיידענע זאכן. אין אָט דעם אינדערפרי האָט מאקס, בלאָנקענדיק איבער די גאסן און טראכטנדיק, אז ער ליגט טיף אין דער ערד, אומבאמערקט פאר זיך, װי עמעצער װאָלט אים געפירט בא דער האנט, פארבלאָנדזשעט צו דער געבײַדע פון טעאטער. ער האָט זיך אָפּגעשטעלט בא דער הינטער-טיר, בא יענער זעלבער טיר, דורך וועל- כער זיגפריד ליינארד גייט ארויס נאָך די פאָרשטעלונגען צום באגײיַסטערטן, רוישנדיקן אוילעם, װאָס ווארט דאָ אף אים.
מאקס האָט אליין ניט געװוּסט, צוליב װאָס ער האָט אָנגעקוועטשט אפן גלעקל. ער איז דער- שראָקן אָפּגעשפּרונגען אין א זײַט. אין א מינוט ארום האָט זיך די טיר געעפנט, און אף דער שװועל איז געבליבן שטיין דער שווייצאר מיט א בייז, פליישיק פּאָנעם, צוויי בארויגעזע װאָנ- צעס, װאָס האָבן זיך מאָדנע באוועגט. פון א מענטשן מיט אזא פּאָר װאָנצעס און מיט אזעלכע שטעכיקע גרינע אויגן, האָט מאקס א טראכט געטאָן, איז נישטאָ װאָס צו ווארטן אף גוטס. דער אלטער שווייצאר האָט אָפּגעמאָסטן מיט ביטל דעם מאָדנעם באזוכער פון קאָפּ בין די פיס און א באָמקע געטאָן אונטער דער נאָז:
--- נו, װאָס פארלאנגט דער הער?
דערהערט, װאָס דער הער פארלאנגט, האָט דער אלטער א הויכן גענעץ געטאָן, עפּעס א מורמל געגעבן אונטער דער דיקער נאָז און פארהאקט די טיר.
זאָגן, אז מאקס איז געווען גאָר שטארק באגײַסטערט פון דעם אופנאם, קאָן מען, פארשטייט זיך, ניט. פארדראָס און קאס האָבן אים אין דער מינוט ארומגעכאפּט. הער נאָר א גראָבקײַט! אזא צײַט זיך געמאטערט, ניט געוואגט צוגיין א רעד טאָן מיט ליינארדן, און איצט, אז ער האָט זיך אָנגענומען מיט מוט, האָט דער פּאסקודניאק פארהאקט די טיר סאמע פאר דער נאָז.
מאקס האָט נאָכאמאָל אָנגעקלונגען און גלײַך גענומען קלאפּן אין דער טיר מיט די קולעקעס, דאָס מאָל האָט דער אלטער אן עפן געטאָן די טיר מיט אזא רעציכע, װי ער װאָלט זיך געקליבן צערײַסן דעם אקשן אף פּיץ"פּיצלעך. באגעגנט זיך אָבער מיט מאקס' אופגערעגטן בליק, האָט ער זיך א ביסל פארלוירן און שוין עטװאָס ווייכער געזאָגט:
-- מע בעט ניט קלאפן אין דער טיר... דער הער ליינארד נעמט קיינעם ניט אוף... ער איז ניט קיין דאָקטער און ניט קיין אדװאָקאט...
ער האָט שוין ווידער געװאָלט צומאכן די טיר, נאָר מאקס האָט ניט געלאָזט,
--- און מיך װעט ליינארד אומבאדינגט אופנעמען און אויסהערן.
--- הער ליינארד איז ניטאָ אין געבײַדע פון טעאטער. איר פארשטייט?
-- אָבער איך מוז אים גלײַך זען!.. מיך וועט ער אופנעמען...
דער אלטער האָט א קנייטש געטאָן מיט די אקסלען, זיך פארקרימט, וי איינער זאָגט: ;װאָס האָט ער זיך צוגעטשעפּעט, דער מעשוגענער?", שוין װידער געװאָלט פארהאקן פאר זײַן נאָז די טיר, נאָר, כאפּנדיק אף זיך מאקס' בייזן, פארצווייפלטן בליק, אויסגעשטאמלט:
-- אין טעאטער איז ליינארד ניטאָ.. ער קער געוויס זײַן אין דער היים. ס'איז די צײַט פון פרישטיק...
--- און װווּ וווינט ער?
-- איך אייצע אײַך אים ניט דערקוטשען אין אזא פריִער שאָ... הער ליינארד האָט ביכלאל ניט ליב, אז מע דערקוטשעט אים און ביפראט נאָך אין דער היים... דערביי איז ער די לעצטע צײַט זייער אופגערעגט... איר פארשטייט, אומאָנגענעמלעכקײַטן אין דער פאמיליע, מיט דער פרוי, -- האָט דער אלטער אונטערגעװוּנקען. -- אפילע זײַנע נאָענטע פריינט מײַדן אים לעצטנס אויס... איר פארשטייט? װאָס? ניין? איך אייצע אייך...
-- און איך אייצע אײַך מיר גלײַך זאָגן, װוּ ער װוינט... איך מוז אים גלײַך זען... דאָס איז א פראגע פון לעבן און טויט..,
דער שווייצאר האָט אָפּגעװישט דעם שוייס פון פּאָנעם, אױיסגעשנײַצט די גראָבע, װי א קארטאָפליע, נאָז און א װוּנק געטאָן אין דער זײַט:
-- איך װעל אײַך װײַזן, װווּ ער װוינט, אָבער מיט איין טנײַ: איר זאָלט ניט זאָגן, פונוואנען איר ווייסט עס... אָפּגעמאכט? אויב ער װעט זיך דערוויסן, קאָן ער מיך דערפאר ארויסטרײיבן פון טעאטער...
קרעכצנדיק, וי ער װאָלט געטראָגן אף זײַן ברייטער פּלײצע א שווערע מאסע, איז דער אלטער צוגעגאנגען מיט דעם מאָדנעם יונגנמאן ביזן ראָג און אָנגעװיזן אף א הויכן טשוהונענעם
11
װווי")
אטאל יל
רא =
פּארקן, הינטער וועלכן אין דער געדיכטעניש פון הויכע ביימער האָט זיך קוים ארויסגעוען א טשערעפּענער דאך פון א ווילע.
-- זעסט, דאָרטן װוינט דער הער ליינארד... װוילסטו, גיי... נאָר איך בין דיר ניט מעקאנע...
מאקס קרייסלער האָט א קוק געטאָן דעם אלטן גלײַך אין די אויגן ארײַן, װי ער װאָלט געװאָלט טרעפן, צי נארט אים יענער ניט אָפּ, און זיך א לאָז געטאָן צום טשוהונענעם פּארקן.
אָפּגעגאנגען עטלעכע צענדליק שפּאן, איז ער, א דערציטערטער, געבליבן שטיין אפן אָרט: א קאץ איז אים איבערגעלאָפן דעם וועג. אָט אן אומגליק. ניט קיין גוטער סימען. מע דארף אָפּי לייגן אף א צווייט מאָל.
נאָר, דערמאָנענדיק זיך, וויפל קעץ און הינט עס זײַנען אים שוין איבערגעלאָפן דעם וועג און ער איז געבליבן גאנץ, איז ער צו צום טויער און ניט דרייסט אָנגעקלונגען.
פון יענער זײַט טויער האָבן זיך דערהערט לאנגזאמע טריט, א געדיכטער הוסט. אין דער קא- ליטקע האָט זיך אופגעעפנט א קליין פענצטערל און מאקס האָט דערזען א שטיקל פארברוינט פּאָנעם און צוויי בלוילעכע, עטװאָס אָפּגעבליאקעװעטע אויגן. די העלע װאָנצעס האָבן מאקסן א ביסל דערמאָנט אין די װאָנצעס פון יענעם אלטן, מיט װעמען ער האָט נאָרװאָס געהאט צו טאָן, און ער האָט א טראכט געטאָן: ;דער רועך וייסט זיי, די שווייצארן, אלע פארלאָזן זיי זיך װאָנצעס!"
נאָר גלײַך האָט מאקס דערהערט די בייזע שטים פון יענער זײַט קאליטקע:
-- עפּעס אן אָנשיקעניש! מע לאָזט ניט רועף פונוואנען נעמען זיך אזויפיל בעטלער אין
רטרפֿיז? בערל |:י
--- פון דאָרטן, פונוואנען איר נעמט זיך! -- האָט אים איבערגעשלאָגן מאקס. -- איך בין ניט קיין. שנאָרער און ניט קיין בעטלער. איך דארף דרינגענדיק צום הער ליינארד..
-- אך, אזוי גאָר! -- האָט זיך יענער צעשמייכלט. -- הייסט עס, איר מוזט זען ליינארד?
די רעגע? גלײַך? דרינגענדיק? וועגן גאָר א וויכטיקן איניען? זייער אינטערעסאנט!!.. איר דארפט אָבער וויסן זײַן, יונגערמאן, אז אזעלכע, װוי איר, קומען אהער א סאך, און זיגפריד ליינארד איז איינער... איר מוזט אים זען דרינגענדיק... וועגן זייער א וויכטיקן איניען... אזוי טײַנעט איר אלע. טאָ הער, װאָס איך על דיר זאָגן: זיגפריד ליינארד האָט שטרענג פאראָרדנט קיינעם ניט אופ- נעמען. זאָל קומען אהער אפילע הינדענבורג אליין... -- און מיך װעט ער אופנעמעף -- האָט איבערגעשלאָגן דער גאסט. דערבײַ האָט ער די ווערטער אזוי אויסגעשריִען, אז ער האָט זיך אליין דערשראָקן. מע װאָלט געדארפט, האָט מאקס פארשטאנען, ריידן ווייכער, איידעלער, דעליקאטער, נאָר ער האָט הײַנט עפּעס ניט געקאָנט ריידן איידל און דעליקאט. ער איז געװען טויט הונגעריק, בייז אף זיך און אף דער גאנצער וועלט. אלץ איז אים נימעס געװאָרן, אפילע דאָס לעבן. ער האָט געװאָלט באקומען אן ענטפער אף אלע פראגן, װאָס האָבן אים געפּײַניקט. ער האָט באשטימט היינט אום יעדן פּרײַז זיך זען מיט ליינארדן, אויסגיסן פאר אים דאָס ביטערע הארץ. דער אלטער האָט געעפנט די קאליטקע, באטראכט דעם מאָדנעם אוירעך. איצט האָט מאקס דערזען, אז דער מענטש איז גאָרנישט אזא בייזער, װי אים האָט זיך פון אָנהײיב געדאכט. פארקערט, ער האָט אף אים געקוקט מיט שמייכלענדיקע אויגן און האלב ערנסט, האלב אין שפּאס א זאָג געטאַן: -- װאָס זשע, טײַערער, איר װעט דאָ נאָך לאנג דערקוטשען? צי ווילט איר ניט, איך זאָל ארויסרופן פּאָליצײ?.. מאקס איז געװאָרן אן אָנגעצונדענער. -- סטראשעט מיך ניט, איך בין ניט פון די איבערגעשראָקענע. איך האָב ניט מוירע פאר פּאָליצײ. איך האָב קיינעם ניט באגאנװועט, ניט באגאזלט. כוץ דעם, דאכט מיר, אז איך בין ניט געקומען אין קיין פּאָליציי:באצירק, נאָר צום בארימטן ארטיסט זיגפריד ליינארד... ײ -- געוויס. נאָר איך האָב אײַך שוין געמאָלדן, אז ער נעמט איצט קיינעם ניט אוף, אפילע דעם פּרעזידענט... דער באלעבאָס פרישטיקט... עס זיצן בא אים גראָד געסט... זײַנע פרײַנט. װועט איר עפשער באפוילן זיי דורכטרײיַבן און אײַך אופנעמען? אייגנטלעך, האָט איר זיך נאָך אפילע ניט פאָרגעשטעלט. ער זײַט איר? װי זאָל איך מעלדן וועגן אײַך דעם הער ליינארד? -- וויָאזוי זאָלט איר מעלדן וועגן מיר? -- מאקס האָט זיך פארלוירן, ניט וויסנדיק, װאָס צו ענטפערן, -- נו, מעלדעט, ביטע שיין, אז עס איז געקומען און בעט זייער אים אופנעמען א נאָגנטער קאָרעוו זײַנער... א שוועסטערקינד... א פּלעמעניק פון דער פּראָװוינץ... דער שווייצאר -- װער ווייסט, עפשער איז ער גאָר קיין שווייצאר ניט געווען. -- האָט א כיטרע שמייכל געטאָן:
-- א סאך יאָרן דין איך דאָ, נאָר ניט געהערט פון אזעלכע קרויווים... הער ליינארדס 12
לעצטער פּלעמעניק איז, אף וויפל מיר איז באװוּסט, געשטאָרבן מיט פיר יאָר צוריק, און איך גלייב ניט אין טכיאס-האמייסים... בא ליינארדן זײַנען, דאכט מיר, מער קיין קרויווים נישטאָ...
-- דאָס קאָן ניט זײַ! יעדער מענטש מוז האָבן קרויווים, פלעמעניקעס, פעטערס, אנדערש איז דאָס ניט קיין מענטש... --- האָט מאקס מיט הארץ געזאָגט,
דער אלטער האָט פארייכערט זײַן ציבעק און דערעך-אגעוו א פרעג געטאָן:
--- נו, און פונוואנען קומט איר אָן?
--- פון קאָלאָמײע... א בעקער פון קאָלאָמײע... א קאָרעו... נו, ויָאזוי איר ווילט, אזוי מעלדעט וועגן מיר דעם הער ליינארד, נאָר איך מוז אים זען, כאָטש עטלעכע מינוט... איך בעט אײַך זייער.
--- יאװאָל, איר װעט דאָ צוּווארטן. נאָר קלינגט ניט, פארשטאנען? א קאָרעװו. א פלעמעניק?.. א בעקער פון קאָלאָמײע... אך, פון קאָלאָמײע? ברענען זאָל זי צי אין דאָס ניט יענע זעלבץ קאָלאָמײיע אין די קארפאטן, װוּ מע האָט מיך בעשאס דער מילכאָמע פארװוּנדעט איז פוס אזוי, אז ביז איצט הינק איך? פײַנע קרויווים...
און דאָך איז דאָס געזאָגט געװאָרן אָן גרויסן קאס. דעם אלטן איז מיט עפּעס געפעלן געװאָרן אָט דער אקשן. ער איז ניט ענלעך אף די ליידיקגייערס, נודניקעס, טרוימערס, לייצים, שנאָרערס, װאָס קריכן אהער טאָגטעגלעך און לאָזן ניט רוען.
-- נו, -- א ער א דראָע געטאָן מאקסן מיטן פינגער, -- זאָלסט רויִק ווארטן. אליין ניט קריכן. איך װעל גיין מעלדן וועגן דיר ליינארדן, און װיאזוי ער װעט באפוילן, אזוי װעט זײַן..
און, ר א אף איין פוס, איז ער אוועק איבער דער אלי; װאָס האָט געפירט צו דער ווילע.
דאָס הארץ האָט בא מאקסן מעשוגענערװײַז געקלאפט. ער האָט געפילט, װי דאָס פּאָנעם פלאקערט. , דער קאָפּ דרייט זיך, מיסטאמע פון הונגער", -- האָט ער א. טראכט געטאָן, אָבער צו דעם איז ער שוין געװוינט. דער רועך װעט אים ניט נעמע. אים האָט איצט געקימערט גאָר עפּעס אנדערש. ער האָט זיך ניט פאָרגעשטעלט, װאָס װעט ער זאָגן ליינארדן, אויב יענער װעט אים אופנעמען. וועגן װאָס װעט ער מיט אים ריידן? װי אפצולאָכעס, איז אלץ, װאָס ער האָט זיך געקליבן זץ אנ וד בארימטן קינסטלער, פּלוצעם ארויסגעשפּרונגען פון קאָפּ. איין זאך האָט מאקסן א ביסל בארויקט: מע װעט אים ביכלאל ניט ארײַנלאָזן.
די צײַט האָט זיך געצויגן װי פון פעך. מאקס האָט שוין אָנגעהױבן. כאראָטע האָבן אף דע גאנצער געשיכטע, געװאַלט אוועקגיין פונדאנען, נאָר. פלוצעם האָט ער דערהערט שנעלע אט אלפי-סייכל האָט עס געקאָנט זײַן דער הינקעדיקער. נאָר װאָס איז אזוי. די אײַלעניש? װאָס פאר א בסורע טראָגט ער אים?
די קאליטקע האָט זִיך אן עפן געטאָן, און מאקס האָט דערזען דאָס שוין באקאנטע פאר- ברוינטע פּאָנעם. אין די אויגן באם אלטן האָט געפינקלט א מאמזערישער פונק. ער האָט קימאט פײַערלעך געמאָלדן:
--- דער הער ליינארד האָט געבעטן ארײַן! ביטע שיין!..
מאקס איז בלאס געװאָרן, זיך דערשראָקן. צוערשט האָט זיך אים געדאכט, אז דער פּארשוין שפּאסט און וי נאָר ער, מאקס, וועט פּרוּװון אריבערטרעטן די שװועל, װעט ער אים װײַזן װוּ שווארצער פעפער וואקסט. מאקס איז געבליבן א רעגע שטיין אין פארלעגנהײַט--ניט אהער, ניט אהין.
-- נו, װאָס זשע טראכט איר נאָך, יונגערמאן? -- האָט זיך א בייזער געטאָן דער הינקע- דיקער. -- אײַך האָט אָפּגעגליקט. איר האָט אָנגעטראָפן אף א מינוט, ווען מײַן באלעבאָס איז אין א גוטער שטימונג און ער האָט זיך פארינטערעסירט מיט זײַן פּלעמעניק... עמעס, ער שטעלט זיך גאָר ניט פאָר, פונוואנען האָט זיך צו אים גענומען א פּלעמעניק -- א בעקער פון קאָלאָמײע... שנעלער, מע ווארט דאָרט אף אײַך...
מאקס האָט זיך שטארק פארויטלט. ער איז געװאָרן אין קאס אף זיך אליין. װער האָט איִם געשלעפּט פאר דער צונג, ער זאָל אָנפּלאפלען א מײַסע וועגן א קאָרעװ -- א בעקער פון קאָלאָ- מייע? װוי װעט ער זיך איצט ארױספּלאָנטערן? פון װאָס װעט ער אָנהייבן? װאָס װעט ער זאָגן? דער רועך זאָל דאָס נעמען, פארװאָס איז אים נאָך קיינמאָל ביז איצט ניט אויסגעקומען צו ריידן מיט גרויסע, בארימטע' לײַט? דער גרעסטער מענטש, מיט וועלכן ער האָט זיך ביז איצט בא- געגנט, איז, דאכט זיך, געווען שימשן-האגיבער...
אין עטלעכע מינוט ארום איז שוין מאקס געשטאנען אין א געראמען, געמיטלעכן עסצימער. ארום א גרויסן טיש, א באלאָדענעם מיט טעלער, קאווע-טאסן, פלעשער מיט װײַן, וואזעס מיט פרוכט, קעלישקעס און נאָך און נאָך, זיַנען געזעסן פטלעכע מענער און דאמען, גערייכערט און, װײַזט אויס, געהאלטן אין סאמע מיטן פון אן אינטערעסאנטן געשפּרעך. פון אָנהײיב האָט דאָ
13
אפילע קיינער ניט באמערקט, װי דער גאסט איז ארײַנגעקומען. מאקס האָט א הוסט געטאָן, און אלע האָבן זיך אויסגעקערעוועט צו אים.
אף די פּענעמער האָבן זיך גלײַך אױסגעשפּרײט פארװוּנדערונג, כידעש, ביטל-שמייכעלעך.
פונעם טיש האָט זיך אופגעהויבן א ניט הויכער, דארער פּארשוין אין א פּראָסט העמדל מיט א צעכראסטעטן קאָלנער. די פּלײיצע איז בא אים געווען עטװאָס געבויגן. ער האָט געטראָגן א פּאָר שטעקשיך אף די פיס, צעקנייטשטע לײַװונטענע הויזן. אין פארגלײַך מיט אים איז דער הינקעדי- קער, װאָס האָט מאקסן אהער געבראכט, געווען אָנגעטאָן װי א פּרינץ. דאָס פּאָנעם א ביסל פאר- ברוינט, אן ענערגיש פּאָנעם, װאָס פארגעדענקט זיך גלײַך פון ערשטן קוק. די קורץ אונטערגעשאָרענע האָר זײַנען געווען פארקעמט אף א זײַט. ער האָט נאָך אויסגעזען ניט אלט, כאָטש באדארפט האָט ער שוין זײַן אין די יאָרן. די גראָע האָר זײַנע האָבן וועגן דעם איידעס געזאָגט.
מאקס האָט זיך טיף פארנייגט פאר אים, נאָר קיין װאָרט ניט געקאָנט ארויסברענגען -- עס האָט בא אים אָפּגענומען דאָס לאָשן.
א רעגע זײַנען זיי ביידע געשטאנען איינער קעגן דעם צווייטן.
--- נו, מײַן הער, מיר װעלן נאָך לאנג שװײַגן? -- האָט א זאָג געטאָן ליינארד, צוגייענדיק נעענטער. -- איך בין גרייט אײַך אויסהערן. דערציילט, ויאזויארום זײַט איר געװאָרן מײַנער א פּלעמעניק, מײַנער א קאָרעו...
פּלוצעם איז מאקסן געקומען א מאכשאָװוע, אז דאָס איז ניט ליינארד. עס קאָן ניט זײַן! עפּעס איז ער ניט ענלעך אף קיין בארימטן מענטשן. עפשער מאכן פון אים שפּאס אָט די אלע פאר- פּוצטע מענער און דאמען, װאָס קוקן אף אים מיט אזא מאָדנע שמייכעלע, און מאקס האָט זיך פארלוירן אָנגערופן:
-- אנטשולדיקט, צי קאָן איך ניט זען דעם הער זיגפריד ליינארד? איך װעל אים לאנג ניט פארהאלטן...
-- ביטע שיין, ליינארד הערט אײַך!..
-- איר נארט מיך ניט?
פון אומדערווארטקײַט האָט ליינארד זיך צעלאכט, און, אף אים קוקנדיק, האָבן אויסגעשאָסן א געלעכטער די געסט.
-- נו, װי געפעלט אײַך, קאָלעגן, מע אנערקענט מיך שוין ניט! --- האָט זיך אָנגערופן ליי- נארד. -- אָט דאָס איז אן אופריכטיקער צושויער! ער אנערקענט מיך ניט... ער און דער ,פעל- קישער בעאָבאכטערי:... אָט דאָס פארשטיי איך... איך האָב ליב אופריכטיקע מענטשן.. -- האָט ער א קלאפּ געטאָן דעם פּריטשמעליעטן גאסט איבער דער פלייצע.
דערזען, אז ניט אזוי גרינג װעט מען קענען בארויַקן דעם מאָדנעם באזוכער, האָט ליינארד אים אָנגענומען אונטער דער האנט, צוגעפירט צום טיש, אָנגעגאָסן א קעלישעק קאָניאק און אים דערלאנגט:
-- נו, זייער גוט! פאר אזא אָפנהארציקײַט ויל איך אפילע מיט איַך אויסטרינקעף ביטע... -- און ער האָט דערנעענטערט זײַן קעלישעק צו דעם קעלישעק פונעם צעטומלטן גאסט, וװואָס האָט פון אומדערווארטקײַט ניט געװוּסט, װאָס צו טאָן. די האנט האָט בא אים געציטערט, און דער קאָניאק האָט געשפּריצט אפן טישטעך.
ווענדנדיק זיך צו זײַנע קאָלעגן, האָט ליינארד געזאָגט:
-- מײַנע טײַערע הערן און דאמען, איך בעט אײַך אויסטרינקען מיטן ניט-אנערקענטן אקטיאָר זיגפריד ליינארדן!:.
מאקס איז געווען בלאס. עס האָט זיך אים געדוכט, אז פון דער ערשטער מינוט אָן איז ער דורכגעפאלן, זיך שטארק באנארישט. ער האָט אפגיך אויסגעטרונקען און דערפילט, װי דער שטארקער קאָניאק האָט אָפּגעבריט דעם גומען. מאקס װאָלט זיך מיט פארגעניגן צוגעכאפּט צו די געשמאקע מײַכאָלים, װאָס זײַנען געשטאנען אפן טיש, נאָר ער האָט זיך געשעמט. האָט ער בלויז מיט דער האנט א װיש געטאָן די פײַכטע ליפּן.
-- נו, איצט זײַנען מיר שוין באקאנט... -- האָט א צופרידענער זיך אָנגערופן ליינארד און אים דערלאנגט א צוקערקע פארבײיסן. מאקס קרייסלער האָט זיך פארװונדערט. װאָס גיט ער אים? װאָס זשע, ער זשאלעוועט אים א שטיקל פלייש מיט ברויט, -- האָט ער א טראכט געטאָן, -- צי דען איז ער אזא קארגער? װאָס איז דאָס פאר א פארבײַסעכץ א צוקערקע און א שטיקל לימענע? עס איז אים אזוי אויך גענוג זויער אפן הארצן, אָן דער לימענע...
ליינארד האָט פארייכערט זײַן ציבעק און זיך אָנגערופן;
וי 1 אָרגאן פון דער נאציאָנאל-סאָציאליסטישער פּארטיי,
14 א
-- נו, און איצט דערציילט, ביטע, וויאזויארום קערט איר זיך מיר אָן א פּלעמעניק אָדער א שוועסטערקינד... איר האָט מיך שטארק פארינטריגירט! איך װעל זײַן גליקלעך צו באקענען זיך מיט א ניט-באקאנטן קאָרעוו... איר, הייסט עס, זײַט מײַנער א פּלעמעניק?.. אזוי אומגעפער האָט מיר געמאָלדן מײַן פּרײַנט עמיל שולץ... יאָ, און נאָך האָט ער מיר געמאָלדן, אז איר זײַט א בעקער פון קאָלאָמײע... זייער אינטערעסאנט... און איך האָב זיך אפילע ניט פאָרגעשטעלט, אז אין קאָלאָמײע, אין גאליציע, דאכט זיך, איז עס, האָב איך קרויווים...
מאקס האָט זיך שטארק פארויטלט און, נאָך א לאנגער פּאוזע, פארשעמט געענטפערט:
-- איך בעט מיר מויכל זײַן, הער ליינארד... נאָר דאָס האָב איך צוגעטראכט... אײַער פרײַנט עמיל שולץ האָט מיך ניט געװאָלט ארײַנלאָזן, האָב איך אים דערציילט א באָבעמײַסע, אז איך בין אײַערער א קאָרעו... אנטשולדיקט מיר, װי אן אייגענער פאָטער... איך האָב זייער געװאָלט אײַך זען, ריידן מיט אײַך...
זיגפריד ליינארד האָט זיך הילכיק פאנאנדערגעלאכט:
-- צום ערשטן מאָל פאר די צוואנציק יאָר, זינט עמיל דינט בא מיר, האָט מען אים אזוי אָפּגענארט. איך בעט אײַך, איר זאָלט זיך ניט דערװעגן אים זאָגן װועגן דעם. ער װעט זײַן שטארק באליידיקט.
ליינארד האָט װידער אָנגעגאָסן קאָניאק דעם גאסט, זיך, די קאָלעגן, געבעטן נאָכאמאָל אויסטרינקען און פאָרגעזעצט:
-- אלזאָ, מײַן הער, איך בין גרייט אײַך אויסהערן... זעצט זיך, ביטע, צו. מיר איז דערװוייל קלאָר איינס, אז קיין קאָרעװו קערט איר זיך מיט מיר ניט אָן. געקומען זײַט איר פון קאָלאָמײע, גאליציע, א בעקער פון קאָלאָמײע... װוּנדערבאר!.. און װי איז אײַער פאמיליע? אך, מאקס קרייסלער?
ער האָט אָפּגעשאצט מיט א שנעלן בליק יענעמס אָנטאָן, די צעריסענע שיך, איבערגעבונ- דענע מיט שטריקלעך:
-- איך גלייב, אגעוו, אז איר קערט זיך ניט אָן קיין קאָרעװו אויך דעם אמעריקאנער אװטאָ- מאָביל-מאגנאט קרייסלער און זײַט ניט, װײַזט אויס, זײַנער קיין קאָמפּאניאָן? נו, געוויס, איך האָב דאָס גלײַך, װוי איר זײַט אריינגעקומען, פארשטאנען... אזוי, אזוי... יאָ, איז װאָס זשע האָט איר מיך געדארפט אזוי דרינגענדיק זען און װאָס האָט איר מיר געװאָלט מיטיילן, הער מאקס קרייסלער?
מאקס האָט זיך אינגאנצן פארלאָרן, ניט ויסנדיק, װאָס צו ענטפערן. דער אויסגעטרונקענער קאָניאק האָט אים גלײַך צענומען. ער האָט דערפילט דעם שארפן טאם פון הונגער, א בלאָנקע געטאָן מיט די הונגעריקע אויגן איבער די טעלער, אראָפּגעשלונגען די סלינע, געװאָלט עפּעס נעמען, נאָר, דערזען, װי זיגפריד ליינארד און די איבעריקע קוקן אף אים, זיך אָנגערופן, פאר- היקענדיק זיך:
-- איך האָב אײַך עטלעכע מאָל געזען אף דער בינע, הער ליינארד... איר זײַט מיר שטארק געפעלן... איר שפּילט אזוי װוּנדערבאר, אז דער אָטעם פארכאפּט אזש... איך קאָן דאָס ניט אויס- דריקו אפילע...
-- נו, װאָס זאָל איך אײַך דערוף ענטפערן, מײַן פרײַנט, -- האָט שמייכלענדיק זיך אָנגע- רופן ליינארד, -- א דאנק אײַך פאר א גוט װאָרט... איך בין צופרידן. יאָ, בא מיר באקומט זיך אמאָל. א דאנק, יונגערמאן. און איך האָב צוערשט געמיינט, אז איר זײַט מיך געקומען זידלען, איר אנערקענט דאָך מיך ניט. נו, וויבאלד אזוי, דאנק איך אײַך זײיער! נאָר איר ווייסט, עס זײַנען דאָ קריטיקער, װאָס האלטן זיך גאָר בא אן אנדער מיינונג. זיי זידלען מיך שטארק. זיי האלטן פון מיר ניט. זיי שרײיבן, אז איך סטארע זיך געפעלן דעם פּראָסטן צושויער, אז מיך פארשטייען נאָר פורמאנעס און וועשערנס...
--- און איר, הער ליינארד, שפּײַט זיך אויס אף די אידיאָטן! הערט זיך צו זיי ניט צו!.. זי פארגינען אײַך ניט אײַער גרויסן דערפאָלג... -- האָט זיך אָנגעהױבן היצן דער גאסט.
-- איך בין מיט אײַך מאסקים, מײַן טײַערער... -- האָט אים איבערגעשלאָגן ליינארדי -- נאָר פּרוּווט דערװוײַזט זיי, די פארקויפטע נעשאָמעס... איך האָב אופגעפירט מאקסים גאָרקיס ;אפן דעק", האָבן זיי אופגעהויבן א גוואלד, זיך צעברומט, װי א סטײַע הונגעריקע וועלף... זיי גע- פעלט ניט!.. :
-- װאָס רעדט איר! -- האָט אים ניט געלאָזט דערזאָגן ביזן סאָף מאקס. -- דאָס איז דאָך א װוּנדערלעכע פאָרשטעלונג! דער אוילעם האָט שיר ניט צעטראָגן דעם זאל. מע האָט דאָך אײַך אף די הענט געטראָגף איך האָב אליין געזען.. אָט על איך אוועקגיין אין יענע רעדאקציעס, װאָס שרײיבן וועגן אײַך נארישקייטן, מעסירעס, און על זיי דערלאנגען אע די ציין, די שויבן יוועל איך זיי פאר אײַך אויסזעצן... װאָס הייסט?..
12
--- ניין, קיין שויבן, מײַן טײַערער, איז ניט קעדײַ אויסצוזעצן -- האָט ליינארד זיך צע- לאכט און זײַנע קאָלעגן נאָך אים, -- דאָס דארף מען ניט. פארקערט, זאָלן זיי זיך סאמען מיט זייער אייגענער פּינע... נו, און, כוץ דעם, דארף איך אײַך זאָגן, אז קונסט דאָס איז א דיסקוטא- בעלע זאך --- איינעם געפעלט, דעם צווייטן געפעלט ניט. אף קונסט מיינט יעדערער, אז ער איז א מייוון, מעג ער זײַן אפילע דער גרעסטער טיגעניכץ, יאָ, נאָך איין זאך מוז איך צוגעבף אק- טיאָרן, שרײַבער, קינסטלער זײַנען די אומגליקלעכסטע מענטשן אין דער וועלט... יעדער גאָרניש קאָן קומען אונדז אָנװײַזן, לערנען, זידלען. דו ארבעטסט ביזן זיבעטן שווייס, לייגסט ארײַן אין דער ארבעט דאָס הארץ מיט דער נעשאָמע. קומט צו גיין עפּעס א טאלאנטלאָזיקײַט און זידלט דיך אויס אין די צײַטונגען... איר זײַט, דאכט זיך, א בעקער?.. פון קאָלאָמײע? ערן-װאָרט, איך בין אײַך מעקאנע אף אײַער פּראָפּעסיע! איך װאָלט געווען גליקלעך, ווען איר נעמט מיך צו זיך קיין קאָלאָמײיע און לערנט מיך אויס באקן בייגל... אײַך זידלען ניט די קריטיקער אין די צײַטונ- גען... אײַך איז גוט, בא אײַך איז א רויִק לעבן. עך, װיאזוי ווערט מען א בעקער?.. מאקס האָט געלאכט, הערנדיק זײַן אָפּגאָט, און זיך אריינגעמישט: -- איר ווייסט, הער ליינארד, מאקסים גאָרקי איז אויך געווען אמאָל א בעקער... --- אבסאָליוט ריכטיק! אין דער יוגנט איז גאָרקי געווען א בעקער!-- האָט אונטערגעהאלטן זיגפריד ליינארד, און אין די אויגן בא אים האָט זיך צעשפילט א לוסטיק פייערל.-- איז װאָס, עפשער זײַט איר אויך געװאָרן א שריפטשטעלער און פארפאסט אזא פיעסע, װי ;אפן דעק"? ביטע שיין, לייגט זי אוועק אפן טיש. איך װאָלט זי מיט גרויס פארגעניגן געשטעלט, אפצולאָכעס אלע באנדיטן!.. איך זאָג אײַך צו אליין שפילן אין איער פּיעסע... -- װאָס רעדט איר?! איר לאכט גאָר פון מיר אָפּ, הער ליינארד? איך טרוים אפילע ניט זײַן קיין שריפטשטעלער. דערוף דארף מען האָבן טאלאנט, פײיקײַטן... -- יאָ, גערעכט! דאָס שטערט ניט...--- האָט באשטעטיקט ליינארד און מיטאמאָל דערפילט, אז זײַנע געסט האָבן זיך אופגעהערט צו 0 מיטן בי באָכער, זיי לאכן ניט מיט, שמייכלען אָנגעצויגן. עמעצער דערשטיקט שוין, דאכט זיך, א גענעץ. יאָ, זיַנע געסט לאנגווייי ליקן זיך פּאָשעט. דער וויזיט האָט זיך פארצויגן, אופגטהמהט צו זײַן אינטערעסאנט. -- נו, װעט איר מיר עפשער פאָרט דערקלערן, יונגערמאן, --האָט ער זיך אָנגערופן אומגעדולדיק. --- װאָס האָט איר מיר נאָך געװאָלט מיטיילן, כוץ דעם, אז איר זײַט ניט מײַנער קיין קאָרעװו, אז איר זײַט א בעקער פון קאָלאָמײע און אז מאקסים גאָרקי איז אין דער יוגנט געווען א בעקער?.. -- איך בין געקומען צו אײַך מיט א גרויסער ביטע, הער ליינארד, איר זאָלט מיך נעמען אין אײַער טעאטער, מיר געבן ארבעט.. ליינארדס געדיכטע, עטװאָס באזילבערטע ברעמען האָבן זיך א ביסל אָנגעכמורעט. ער האָט בלויז א קנייטש געטאָן מיט די אקסלען. נאָר די געסט האָבן זיך ניט געקאָנט אײַנהאלטן און אויסגעשאָסן א געלעכטער, פון וועלכן מאקס האָט זיך שטארק פארלוירן. ליינארד האָט מיט א זשעסט געבעטן זײַנע קאָלעגן ניט לאכן און אליין איז ער צוגעגאנגען נעענטער צום גאסט. --- װאָס זשע, זײַט איר עפשער אן אקטיאָר? אויב אזוי, טאָ דערציילט, אין וועלכע טעא- טערן האָט איר געשפּילט? אין װאָס פאר אן אמפּלוא?.. -- קיין אקטיאָר בין איך ניט, הער ליינארד... אין קיין טעאטערן ניט געווען. נאָר איך האָב זייער ליב טעאטער... איך פיל, אז איך װאָלט געקאָנט שפּילן אף דער בינע.. און גוט שפילן.. א גוטמוטיקער שמייכל האָט דורכגעשוועבט איבער ליינארדס פּאָנעם: -- זייער גוט... נו, און אין װאָס פארא ראָלן װאָלט איר, אשטייגער, געקאָנט ארויסטרעטן בא זיגפריד ליינארדן אין טעאטער? װאָס װאָלט איר געשפּילט?. --- װאָס הייסט װאָס? -- האָט אויסגעשריִען מאקס. --- װאָס איר װאָלט ניט געהייסן, װאָלט איך בא אײַך געשפּילט!.. נו, לאָמיר זאָגן, אָטעלאָ, האמלעט, אוריעל אקאָסטא, לוקא...
די אקטיאָרן האָבן זיך, וי מע זאָגט עס, געהאלטן בא די זײַטן לאכנדיק. ליינארד האָט זיך מיט אלע קויכעס אָנגעשטרענגט צו בלייַבן ערנסט.
--- איר ווייסט, יונגערמאן, -- האָט אים איבערגעשלאָגן ליינארד, -- ווען איך האָב אײַך דערזען ארײַנקומען צו מיר אין שטוב, האָב איך זיך גאָר ניט פאָרגעשטעלט, אז איר זײַט אזא דרייסטער. איך בין פּאָשעט אנציקט פון אײַער דרייסטקײיט. ווען איר קלײַבט אויס פאר זיך די קאריערע פון א מיליטערמאן, װאָלט איר גאָר אינגיכן געװאָרן א פעלדמארשאל... װאָס איז שײַעך טעאטער, דארף איך אײַך װאָרענען, אז דאָ איז די זאך עטװאָס קאָמפּליצירטער... צום ערשטן מאָל באגעגן איך אזא מענטשן: קיינמאָל ניט געווען קיין אקטיאָר, שטעלט זיך ניט פאָר, װאָס אזוינס איז בינע, און װיל שפּילן אין ליינארדס טעאטער ניט מער, ניט וייניקער וי די ראָל פון אָטעלאָ... אקאָסטא... דאָס איז קאָלאָסאל! אויסערגעוויינלעך! ווייסט איר, אין װאָס דאָס האָט מיר
1549 16
דערמאָנט? איך האָב אמאָל אין שפּאס א פרעג געטאָן בא מײַנעם א שאָכן, צי װאָלט ער צופעליק ניט געקאָנט אָנשרײַבן א ראָמאן אָדער א דראמע? און װאָס, מיינט איר, האָט ער מיר געענטפערט דערוף? ,איך האָב ניט געפּרוּװוט"... איר פארשטייט, ,ניט געפּרוּווט!* ,נו, --- פרעג איך אים װיי- טער, -- און א פּאָר שטיוול װאָלט איר געקאָנט אופנייען?" דאָ האָט זיך שוין מײַן שאָכן באליי- דיקט: ,אָ, װאָס רעדט איר! וי קאָן איך אופנייען א פּאָר שטיוול, אז איך האָב די פּראָפּעסיע ניט דערלערנט...* איר פארשטייט -- אָנשרײַבן א ראָמאן, א דראמע האָט ער ניט געפּרוּווט און אופ- נייען א פּאֶר שטיוול האָט ער זיך ניט געלערנט... לאָזט זיך אויס, קעדיי אָנשרײַבן א ראָמאן אָדער א דראמע, דארף מען נאָר װעלן פּרוּוון... און קעדיי אופנייען א פּאָר שטיוול, דארף מען זיך לערנעןי..
שפּאנענדיק נערוועז איבערן געראמען עסצימער, די הענט פארלייגט אף הינטן, האָט זיגפריד ליינארד זיך אָפּגעשטעלט לעבן דעם מאָדנעם גאסט:
-- צום באדויערן, מײַן פריינט, װעל איך אײַך מיט גאָרנישט ניט קענען זײַן נוצלעך! שפילן אף דער בינע, ווערן אן אקטיאָר, וי איר שטויסט זיך שוין אליין אָן, קאָן ניט יעדער אייג- ציקער. און נאָך בא מיר אין טעאטער, װוּ עס פאָדערט זיך זייער א סאך און אין דער ערשטער ריי --- טאלאנט, פּייַקייטן! און ווען איר זאָלט אפילע זײַן אן אקטיאָר, װאָלט איך אײַך אלציינס מיט גאָרנישט ניט געקאָנט העלפן. בלויז אין בערלין גייען ארום אָן ארבעט עטלעכע טױזנט אקטיאָרן, צװישן זיי ניט װייניק טאלענטירטע. כוץ אלעמען, קאָן איך אײַך שווערן, אז זײַן א גוטער בעקער איז א סאך בעסער, װי זײַן א מיטלמעסיקער אקטיאָר... אלנפאלס איז עס א סאך א רויקערע פּראָפעסיע, װי די פּראָפעסיע פון אן אקטיאָר. איר לייגט ארײַן אין דער ראָל די גאנצע נעשאָמע, דאָס געזונט, און נאָך אלעמען ווייסט איר ניט, װאָס פאר א שװײַן עס װעט אײַך אויסזידלען אין די בלעטלעך, אויסגיסן אף אײַך א דייזשע מיט שמוץ... א בעקער -- דאָס איז גאָר עפּעס אנדערש. איר דארפט געפעלן זײַן בלויז דעם געברויכער פון בייגל... און ניט איר דארפט אים געפעלן וערן, נאָר די בייגל אײַערע. מיר, אקטיאָרן, דארפן געפעלן ווערן אלעמען. אנדערש ביסטו אויסגעשטעלט. דאָס איז דער גוירל פון אן אקטיאָר. און באהיט גאָט, אויב דער אקטיאָר איז נאָך בארימט..,
-- איך פארשטיי, הער ליינארד...--- האָט זיך אָנגערופן דער גאסט, -- און דאָך בעט איך, נעמט מיך אין טעאטער..
-- אָט זעט איר, דערצו זײַט איר נאָך אן אקשן אויך!..-- האָט א ביטערן שמייכל געטאָן זיגפריד, פארציענדיק זיך מיטן ציבעק. --- אויב אזוי, עפשער װאָלטן מיר זיך מיט אײַך געביטן כאָטש אף א קורצער צײַט-- איך װעל װערן א בעקער און איר אן אקטיאָר, און פּרוּווט שפּילן אף דער בינע אָטעלאָ, אוריעל אקאָסטא, קיניג ליר... איר זײַט אײַנשטימיק? קאָנען מיר גלײַך שליסן א קאָנטראקט...
-- װאָס רעדט איר! איר װאָלט זיך מיט מיר קינמאָל ניט געביטף.. איר זײַט בארימט איבער דער גאנצער וועלט, און װער בין איך?.. עטלעכע מאָל האָב איך אײַך געזען אף דער בינע שפּילן... מע קאָן זיך, אף מײיַן װאָרט, רירן פון די געדאנקען! איך בין שיר ניט מעשוגע געװאָרן גאָט איז אן איידעס...
-- אָט זעט איר! כוץ אלעמען, איז נאָך אונדזער פּראָפעסיע א געפערלעכע, -- האָט אים
איבערגעטשלאָגן ליינארד, -- אָט האָט איר דאָך אליין געזאָגט, אז אין טעאטער זײַט איר שיר גיט אראָפּ פון זינען... דערפון, װאָס מע עסט אײַערע בולקעלעך מיט די בייגל, גייט שער ניט אראָפּ פון זינען, און אין טעאטער טרעפן אזעלכע פאלן...
מאקס איז געשטאנען אזא פארלוירענער און אָפּהענטיקער, אז ליינארד האָט באקומען ראכ- מאָנעס אף אים.
-- זאָגט מיר נאָר... -- האָט ער פאָרזיכטיק א פרעג געטאָן, -- עפשער נייטיקט איר זיך אין הילף, עפשער דארפט איר געלט?. איך פארשטיײי, אז אײַך װאָלט עס ניט געשאט... -- האָט ער מיטן בליק אָפּגעשאצט מאקס'י הוילעך, --- װעל איך אײַך בעטן זיך וענדן אין מײַן נאָמען צו עמיל שולצן, ער זאָל אײַך געבן צוויי הונדערט מארק... אדיע... צום ווידערזעןי..
װאָס? װאָס האָט ליינארד געזאָגט? ער װעט אים געבן צוויי הונדערט מארק? זינט ער לעבט, האָט ער נאָך אזא מאיאָנטעק ניט געהאט, ניט געזען. אף אזא קאפּיטאל װאָלט ער געקאָנט לעבן א האלב יאָר און דער קאָפּ װאָלט אים ניט געדארט. נאָר אומדערווארט פאר זיך אליין, איז מאקס קרייסלער אָפּגעגאנגען אין א זיַט און מיט שטאָלץ א זאָג געטאָן:
-- א שיינעם דאנק אײַך! נאָר איך בין ניט קיין בעטלער, ניט קיין שנאָרער. און ניט צוליב דעם בין איך צו אײַך געקומען... '
ליינארד האָט זיך א ביסל פארלוירן.
-- װאָס זשע דארפט איר זיך באליידיקן?,. עס טרעפט, א מענטשן פעלט אויס א פּאָר מארק...
17
איר װעט רײַך װערן, װועט איר מיר אומקערן... אין דער יוגנט זײַנען בא מיר אויך געװוען ניט װײיניק פאלן... נו, אויב אזוי, טאָ גיט איבער עמיל שולצן, ער זאָל אײַך געבן אן אָנצוג, שיך-פון מייַן גארדעראָב...
-- מע דארף ניט!-- האָט זיך מאקס צעבייזערט. -- איך האָב געמיינט, אז גרויסע מענטשן לייגן ניט קיין אכט אפן רעקל, װאָס א מענטש טראָגט... װאָס צו אָנטאָן, הער ליינארד, האָב איך טאקע ניט, כ'גיי אָפּגעריסן און אָפּגעשליסן, מיר קומט אויס הונגערן, נאָר איך האָב א הארץי. דאָס איז טײַערער פון א רעקל און א פּאָר ניַע שקראבעס!..
ער איז אנשוויגן געװאָרן, זיך געלאָזט צו דער טיר, נאָר אף דער שװעל זיך אָפּגעשטעלט און א זאָג געטאָן:
-- אויב איר ווילט מיר העלפן, נעמט מיך אין אײַער טעאטער און לערנט מיך אויס שפּילן אזוי, וי איר אליין שפּילט... מער פארלאנג איך פון אײַך גאָרנישט...
א מאמזערישער שמייכל האָט ווידער באשיינט ליינארדס פּאָנעם:
-- איך זע, אז בא אײַך זײַנען זייער באשיידענע פארלאנגען... -- און, אָפּגעטרײסלט דאָס אש פונעם ציבעק, האָט ער צעפירט מיט די הענט, -- צום באדויערן אָבער, קאָן איך אײַך אין דער הינזיכט ניט באהילפיק זײַן...
-- הייסט עס, האָב איך ניט אף װאָס צו האָפן?
-- געוויס... איך האָב אײַך שוין געזאָגט, אז טויזנטער ארבעטלאָזע ארטיסטן און בינע- ארבעטער דרייען זיך ארום, און איך קאָן זיי ניט העלפן... עמעס, ווען איך באגעגן אן אקטיאָר, װאָס װועט מיך מיט דער צײַט קענען פארבײַטן אף דער בינע -- שפּילן מײַנע ראָלן, װאָלט איך מיטן גאנצן הארצן גענומען אזא מענטשן... נאָר װוּ נעם איך אזא?..
-- נעמט מיך!-- האָט וי ניט מיט זײַן שטים אויסגעשריִען מאקס און זיך אליין דערשראָקן פאר זײַן קאָל.
יאָ, מאקס האָט זיך דערשראָקן ניט אף קאטאָװעס, און אים איז נאָך שרעקלעכער געװאָרן, װען ער האָט דערהערט, װי אלע אקטיאָרן, װאָס זיינען דאָ געוען, האָבן זיך צעלאכט.
-- הערט נאָר אויס, יונגערמאן, -- האָט שוין טרוקן און בארויגעזלעך געזאָגט ליינארד,-- אײַער דרײיסטקײַט און אקשאָנעס האָבן מיך מיט מײַנע קאָלעגן מאמעש אנציקט... אײַער ענער- גיע --נאָך מער. -- ליינארד האָט ניט געקאָנט צוטראכטן, װאָס זאָגט מען נאָך, װי באגלייט מען אים שוין ארויס פון שטוב. ער האָט אראָפּגעלאָזט די אויגן. פּלוצעם איז זײַן בליק געפאלן אף מאקס' פיס, און ער האָט זיך אָנגערופ? -- זאָגט מיר, איר האָט קיינמאָל ניט געדינט אין קאוואלעריע? עפּעס דוכט זיך מיר, אז די פיס אײַערע זײַנען היפּש קײַלעכדיק. איר שטעלט זיך פאָר האמלעטן אָדער אָטעלאָן מיט א פּאָר קרומע פיס? שלאָגט זיך ארויס פון קאָפּ דעם געדאנק, אז איר דארפט שפּילן אף דער בינע... ארבעט בא די אויוונס, אין בעקערײיַ, און אז איר װעט האָבן כיישעק, גייט אין טעאטער זען, װי מיר שפּילן... באליידיקט זיך ניט אף מיר... נו, און כוץ
18
דעם איז בא אײַך די דיקציע ניט פאר דער בינע... און, װי איך זע, האלט עס בא אײַך ניט אינגאנצן גוט מיט דער דײַטשישער שפּראך...
ליינארד איז אליין געווען צופרידן פון זײַן אײַנפאל. אָבער ער האָט זיך ניט געקאָנט פאָרשטעלן, וויפל צאר און פארביטערונג זײַנע וװערטער וועגן די קײַלעכדיקע פיס האָבן ארויס- גערופן אין דער נעשאָמע בא זײַן גאסט.
מאקס האָט געקוקט אף זײַנע פיס, ניט פארשטייענדיק, װאָס פאר א כיסאָרן ליינארד האָט אף זיי דערזען. דוכט זיך, געוויינלעכע פיס, װי בא אלעמען. געזונטע, אײַזערנע פיס. איבער וויפל וועגן האָבן זי דען ניט געשפּאנט! איבער וועלכע בערג און טאָלן האָבן זי אים ניט געטראָגף זי האָבן אים געדינט ערלעך און קאָשער, און עֶר האָט כאָלילע צו זיי קיין טײַנעס ניט געהאט. אָבער ליינארד האָט אים געזאָגט, אז די פיס זײַנען בא אים קרומע און אָטעלאָ אָדער אוריעל אקאָסטא דארפן האָבן גלײַכע, שלאנקע פיס. ער ווייסט דאָך בעסער, ליינארד. הייסט עס, בלויז דאָס שטערט אים אָנקומען צו ליינארדן אין טעאטער און ווערן אן אקטיאָר?.. װאָס זשע טוט מען?
עטלעכע רעגעס איז מאקס קרייסלער געשטאנען א דערשלאָגענער, דערנאָך האָט ער אופגעהויבן די גרויסע שווארצע אויגן אף ליינארדן, אויגן, פולע מיט טרויער, און שטיל זיך אָנגערופן:
-- געוויס... איך פארשטיי... אויב איר זאָגט, הער ליינארד... -- ער האָט א רעגע געשוויגן, דערנאָך געפרעגט: --- נו, און ווען די פיס זײַנען בא מיר גלײַכע, װאָלט איך געקאָנט האָבן די זכיִע אָנקומען צו אײַך אין טעאטער?..
ווידער האָט זיך צעשפּילט דאָס מאמזערישע שמייכעלע אין ליינארדס אויגן;
-- געוויס, מײַן פרײַנט... געוויס!..
-- א דאנק, הער ליינארד!.. א דאנק פאר אײַער אייצע!. -- האָט מאקס א זאָג געטאָן מיט א ביטערן שמייכל אף די ליפן און זיך פארנייגט פאר אלעמען.
ווען די טיר האָט זיך צוגעמאכט נאָכן ניט-געבעטענעם גאסט, האָט זיך זיגפריד ליינארד א מידער אראָפּגעלאָזט אין זײַן טיפן פאָטערשטול, צוגעמאכט די אויגן, זיך פארטראכט. ער האָט ניט געלאכט, װי זײַנע געסט. עפעס א שער געפיל איז בא אים געבליבן נאָכן געשפּרעך מיט דעם מענטשן פון די װײַטע קארפּאטן. אזעלכע באזוכער זײַנען בא אים, דוכט זיך, נאָך ניט געווען. ער האָט זיך אָפּגעזאָגט פונעם געלט, װאָס מע האָט אים פאָרגעלייגט, זיך אָפּגעזאָגט פונעם אָנטאָן, כאָטש ער איז אזוי אָפּגעריסן-אָפּגעשליסן. װאָס זשע איז דאָס פאר א מענטש? א בעטלער? א וואנדערער? א טרוימער? ליינארד האָט זיך איצט אופגעגעסן לעבעדיקערהייט. באדארפט געווען אים פארהאלטן, זיך דערוויסן פּינקטלעכער, װער ער איז, װאָס איז מיט אים געשען, צוליב װאָס האָט ער זיך צו אים ארײַינגעריסן אינמיטן העלן טאָג? אָבער איצט איז שוין צו שפּעט.
;עפעס זייער א שווערער טאָג הײַנט", -- האָט א טראכט געטאָן ליינארד. פּוסט אף דער נעשאָמע. אומרויק. און אָט איז שוין צײַט גיין אין טעאטער אף דער רעפּעטיציע. און דאָרטן ווארט אף אים א בארג מיט ארבעט...
נישקאָשע, ער װעט אינגיכן פארגעסן אין דער באגעגעניש מיטן מאָדנעם בעקער פון קאָלאָמײע. אזעלכע טרוימער וועלן נאָך צו אים קומען ניט איין מאָל... אָבער מאקס... מאקס װועט עס האָבן צו געדענקען אפן גאנצן לעבן.
א מאָדנער פּאציִענט
מאקס איז ארויס פון ליינארדן װוי אין הינערפּלעט. ער האָט פארשטאנען נאָר איין זאך: עפּעס האָט זיך געענדיקט אין זײַן לעבן און װאָס טאָן װײַטער, ווייסט ער נאָך ניט. און צי דארף ער טאקע טאָן? עפשער איז גראָד איצט די צײַט צו מאכן א סאָף צו דער גאנצער שפּיל, װי ער האָט שוין לאנג בעדייע געהאט?
די פיס, די קײַלעכדיקע פיס.. װער זשע קאָן זי דען אױסגלײַכן? ער האָט יאָ געגלייבט ליינארדן, אז אין די פיס איז די גאנצע מעניע, און ערגעץ-ווּ, טיף אין דער נעשאָמע, ניט געגלייבט.
ער איז געגאנגען און געגאנגען, קיין זאך פאר זיך ניט געזען. פון דעם אויסגעטרונקענעם און איבערגעלעבטן, פון הונגער האָט זיך אומדערטרעגלעך געדרייט דער קאָפּ. די גאנצע וועלט ארום אים איז געגאנגען כאָדאָראָם, אָט װעט זי א פאל טאָן און באגראָבן אים לעבעדיקערהייט. ער האָט אינסטינקטיוו פארמאכט די אויגן. אין א רעגע ארום האָט ער זיי געעפנט און דערזען, אז ער געפינט זיך לעבן א פּארק. ער האָט פארקערעװועט אהין און ערגעץ אין א שטיל ווינקל א פאל געטאָן אף א באנק.
19
"יי
מאקס האָט געדארפט ארומטראכטן, װוּ ער האלט ערגעץ אין דער וועלט. נאָר גי זײַ א כאָכעם און טראכט, אז דער אויסגעטרונקענער װײַן האָט נאָך אלץ געוויגט די וועלט ארום אים. ער האָט דערפילט אן אומגעהייערע שװאכקײַט, אפילע זיצן איז אים שװוער געווען. ניט לאנג געטראכט, האָט ער זיך אויסגעצויגן אין דער גאנצער לענג אף דער באנק, און גלײַך איז אלץ פארשווונדן פון זײַנע אויגן.
ער האָט ניט געוװוסט, װוי לאנג ער איז אזוי אָפּגעשלאָפן אף דער הוילער באנק, נאָר ווען ער האָט אופגעריסן די אויגן, האָט ער דערזען, אז דער הימל האָט שוין אָנגעהויבן ארופ- נעמען אף זיך א נײַע הויט, געװאָרן טונקל און צװוישן די שווארץ געװאָרענע קרוינען פון די ביימער איז ניט געווען צו באמערקן קיין סימען פון זון-פארגאנג. זעט אויס, אזוי, אָן ;א גוטן טאָג* איז טאקע די זון שוין לאנג נעלעם געװאָרן.
מאקס האָט זיך געפילט א סאך בעסער, וי פריִער. דער קאָפּ האָט זיך שוין ניט אזוי געדרייט, דערפאר אָבער האָט דער הונגער געפײַניקט אלץ שטארקער. ער האָט אפילע א טראכט געטאָן, אז אים װאָלטן איצט גוט צוניץ געקומען די צוויי הונדערט מארק, וועלכע ליינארד האָט אים פאָרגעלייגט.
מאקס האָט אָנגעטאפּט אין קעשענע די עטלעכע פארבליבענע מאטבייעס, װאָס ער האָט געהאלטן אף א בילעט אין טעאטער, און באשטימט זיך אריינכאפן אין א װאָלװעלער קאפע, נעמען עפּעס אין מויל ארײַן. װער ווייסט, עפשער װעט א ביסל פריילעכער װערן אפן הארצף ווען ער וועט אָפּנארן די קישקע?..
ווען מאקס איז א זאטער ארויס פון קאפע, האָט ער גענומען איבערקלײיבן אין זיקאָרן, װוּ איז ער הײַנט געווען און װאָס איז מיט אים געשען, װאָס האָט אים ליינארד געאייצעט און װאָס דארף מען איצט טאָן.
װאָס איז שײַעך דער שפּראך און דער דיקציע, וועט ער עפּעס צוטראכטן. נאָר אָט װאָס טוט מען מיט די פיס? דאָס, ברודער-לעבן, איז ניט אזוי פּאָשעט! נאָר ווער ווייסט, עפשער קאָן מען דאָ אויך זיך אן אייצע געבן?
און מיטאמאָל האָט אים אין קאָפּ א קלאפ געטאָן א געדאנק: עס זײַנען דאָך פאראן דאָקטױ- רים אף דער וועלט און זיי זײַנען ניט קראנק אים קומען צוהילף! אמאָל, אז זיי ווילן, קענען זי טאָן װוּנדער.
ביז איצט האָט זיך זײַן באקאנטשאפט מיט דאָקטוירים באגרענעצט דערמיט, װאָס אין דער היים, אין קאָוואליווקע, האָט ער זיך אמאָל ארײַנגעגאנװועט אין סאָד צום היגן פעלדשער, צו מארטעס טאטן, אָנגעריסן א בוזעם עפל, נאָר איז קוים א לעבעדיקער ארויסגעשפּרונגען פון דאָרטן, מע האָט אף אים אראָפּגעלאָזט א הונט...
האָבן צו טאָן מיט דאָקטוירים, ווייסט ער, איז ניט קיין איניען פאר קאפּצאָנים. ניט אומזיסט פלעגט אמאָל דער טאטע, יאָסיע דער סטעלמאך, זאָג? א קאפצן זאָל גאָר ניט דערלעבן אָנקומען צו א דאָקטער. קרענקען -- דאָס איז א געשעפט פאר גווירים, פאר יענע, װאָס האָבן ניט װוּהין אהינצוטאָן זייערע מאמטאקים... פון אלע צײַטן איז בא זיי אין שטוב געווען אן אייגענע אפטייק מיט אן אייגענער דאָקטערײַ: בא א קינד האָט װויי געטאָן דאָס בײַכעלע, האָט די מאמע עס געפּױעט מיט ריינעם אָקרעפּ, קיין עסן ניט געגעבן א פאָר טעג, און אפן דריטן טאָג איז דאָס שוין געווען געזונט. דער זיידע, דער טאטע קאָרטשען זיך נעבעך פון ווייטעק, עס דרייט זיי אזוי צונויף, אז זיי קאָנען זיך ניט אױיסגלײַכן. װאָס טוט די מאמע? איר מיינט, אז זי פליט צו די דאָקטוירים, צו די פּראָפּעסאָרן? א נעכטיקער טאָג! זי לויפט אװעק אפן גאָרטן, רײַסט אָן א ביסל קראָפּעװע, לייגט אוועק אף דער באנק די כאלאָיִם און שמײַסט גוט אָפּ מיט דער קראָפּעװע, פארשטייט זיך, די ערטער, װאָס טוען װיי. מע באװײיזט זיך ניט ארומקוקן, װי די קראנקע זיצן שוין אין קרעטשמע. און מאכן א לעכאיִם. ווערט געשװאָלן בא א קינד א פינגער, א האנט, פאר-
מישט די מאמע א ביסל געלע ליים מיט האשטאָנע, לייגט צו צום געשוויר, און אין א פּאָר טעג ארום איז שוין אלץ אין אָרדענונג... איר פארשטייט שוין אליין, אז די דאָקטוירים און פעלדשערס זײַנען בא יאָסיע סטעלמאכן קיין נעגידים ניט געװאָרן. היילן אזא מישפּאָכע! װער איז געווען בעקויעך צאָלן?..
איצט, האָט מאקס פעסט באשטימט בא זיך, װעט ער מוזן באקענען זיך מיט דאָקטוירים.
ער איז געגאנגען פון איין קליניק אין דער אנדערער, זיך נאָכגעפרעגט, צי װעט מען אים ניט אָפּערירן די פיס. נאָר דאָקטוירים האָבן אים אויסגעהערט, געקנייטשט מיט די אקסלען, געקוקט אף אים װי אף א מעשוגענעם און פארהאקט פאר זײַן נאָז די טיר: ער האָט ניט אהער געטראָפן, האָט עס באדארפט הייסן, עס ווארטן אף אים די פּסיכיאטערס.
א מאָדנע זאך, מיט יעדן דורכפאל איז בא אים געוואקסן די אקשאָנעס.
0
ער מוז און ער װעט געפינען א גוטן און א רײַכן כירורג. א גוטן --- װײַל מאקס האָט קיין כיישעק ניט בלײַבן א קאליקע. א רײַכן -- װײַל יענער דארף אים אָפּערירן אומזיסט. מאקס װועט קאָנען באצאָלן בלויז דאן, ווען ער װעט זיך שטעלן אף די פיס און אָנהײיַבן פארדינען.
נאָר ניט אזוי גרינג איז געווען געפינען א דאָקטער מיט אזויפיל מײַלעס!
טעג און װאָכן איז ער ארומגעגאנגען פון מוניען צו שמוניען -- און גאָרנישט!
ווען עס האָט זיך אים אויסגעוויזן, אז דער הימל איז שוין בא דער ערד, האָט ער אָנגעטראָפן אף יענעם, וועלכן ער האָט מיט אזא אקשאָנעס געזוכט.
דער גוירל האָט ענדלעך געבראכט מאקסן אין דער כירורגישער קליניק פונעם פּראָפּעסאָר עריך שטוטבאך.
באם אריינגאנג אין א לאנגן װײַסן קאָרידאָר, וו עס האָט געשמעקט, וי אין א געוויינלעכער קליניק דארף שמעקן, איז בא א קליין טישל, ניט װײַט פון דער טיר, געזעסן, ארײַנגעשטעקט די שארפע, עטװאָס אויסגעקרימטע נאָז אין א בוך, אן אָפּגעבליאקעװעטע פרוי. זי איז נעבעך געווען דאר, װי א שײַט האָלץ, און ס'איז ניט פארשטענדלעך געווען, אף װאָס עס האלט זיך דער װײַסער כאלאט אירער.
ווען מאקס באמערקט ניט, אז פון אונטערן װײַסן היטעלע בא איר שטעקן ארויס שטרויענע געפארבטע האָר און פון אונטערן כאלאט -- צוויי דארע פיס אין טופליעס אף הויכע אָפּצאסן, ווען ער דערזעט ניט די פארב אף די באקן און אף די ליפּן, װאָלט ער זיך בעשום-אויפן ניט אָנגע- שטויסן, אז דאָס איז א פרוי.
א שטים האָט זי געהאט אויך קימאט א מאנצבלשע, א גראָבלעכע, א הייזעריקע. די פרוי האָט אף מאקסן אופגעהויבן אירע בלאס-קאלעמוטנע בייזע אויגן, װאָס זײַנען געקראָכן פון זייערע נעסטן, און נאָר פון דעם קוק אליין איז באם גאסט, דוכט זיך, זויער געװאָרן דער מאמעס מילך,
-- װאָס פארלאנגט איר? -- האָט זי א הייזעריקן ברום געטאָן.
-- איך מוז גלײַך זען דעם פּראָפּעסאָר עריך שטוטבאך... --- האָט ער נאָך א קליינער פּאוזע ניט דרייסט א זאָג געטאָן.
די פרוי האָט אראָפּגעלאָזט צום ביכל די אויגן, זיך פארקרימט, װי זי װאָלט אָקאָרשט אײַנגעשלונגען א שטיקל גאל, און געענטפערט:
-- דאָס איז אומעגלעך. דער פּראָפעסאָר איז פארנומען. איר װעט קומען אן אנדערשמאָל... וי איך זע, זײַט איר נאָך דערװײַל ניט קיין קאליקע...
-- איך פארשטיי ניט, פרוי... -- אִיז ער שוין געװאָרן אין קאס, --- אנטשולדיקט זייער, איך ווייס ניט, װוי אײַער נאָמען איז, וי מע רופט אײַך...
-- עלזע קריץ! -- האָט זי זיך פאָרגעשטעלט. -- און איך בעט פארלאָזן די געבײַדע פון אונדזער קליניק, ניט שטערן ארבעטן...
-- פרוי עלזע קריץ... איך בין אהער געקומען ניט דערפאר, װײַל די געבײַדע אײַערע איז מיר שטארק צום הארצן... דער אומגליק האָט מיך אהער געבראכט, און איך מוז גלײַך זען דעם הער פּראָפּעסאָר, --- האָט דער ארײַנגעקומענער געזאָגט, דאָס מאָל שוין פעסט און אנטשיידן.
זי האָט זיך בארויגעז א הייב געטאָן פונעם בענקל, װי עפּעס װאָלט זי א שטאָך געגעבן, א קוק געטאָן איבער זײַן קאָפּ, װײַל ביכלאל איז איר שווער געווען קוקן א מענטש אין די אויגן ארײַן, ווען זי האָט מיט עמעצן גערעדט, און זיך נאָך שטארקער פארקרימט:
-- מער ווילט איר גאָרנישט? איך האָב אײַך שוין טויזנטער מאָל געזאָגט, אז עריך שטוט- באך נעמט ניט אוף!.. צו אים ווענדן זיך קאליקעס, און איך זע, אז איר זײַט געקומען אף אײַערע אייגענע פיס... איך בעט פארלאָזן די געבײַדע און ניט שטערן!.. עס װעט פון אײַך גאָרנישט ניט אָפּפאלן, אויב איר װעט קומען אן אנדערשמאָל אָדער גיין אין אן אנדער אָרט דולן דעם קאָפּ!.
-- איך מוז זען עריך שטוטבאכן, -- האָט ער אײַנגעשפּארט איבערגעכאזערט. -- בא אײַך איז א הארץ אָדער א שטיין אָנשטאָט א הארץ? דאָ איז דאָך א קליניק, װוּ מע דארף אויסהערן מענטשן און זיי מיטפילן אין זייער אומגליק און נויט... בא מיר איז א לעבנסוויכטיקער איניען. רופט איר ניט דעם פּראָפּעסאָר, װעט מיר נאָך הײַנט אויסקומען זיך ווארפן פון דער בריק אין דער שפּרעע אָדער אונטערן טראמװוײַ... צי דען איז בא אײַך אזא בייז הארץ?..
-- ניט אײַער זאך, װאָס פאר א הארץ בא מיר איז!-- האָט זי אים איבערגעשלאָגן. -- עפשער האָב איך ביכלאל ניט קיין הארץ אָדער איך האָב דרײַ הערצער.. און איר קאָנט זיך ווארפן װוּהין איר װילט! דאָס גראָד איז אײַער זאך... איך בעט באפרײַען...
דערזען, אז עס ועט גאָרנישט ניט העלפן, האָט מאקס א פאל געטאָן אף א שטוֹל, דערנאָך זיך א גליטש אראָפּ געטאָן אפן דיל, זיך אויסגעצויגן, אָנגעהױיבן שווער אָטעמען, פארגלאָצט די אויגן און מיט א געפאלענער שטים אויסגעשטאמלט:
21
ייט
-- מיר איז שלעכט... פרוי קריץ, רופט גיכער דעם פּראָפּעסאָר. טאָמער שטארב איך, װעט עס זײַן אף אײַער געוויסן. עריך שטוטבאכן, שנעלער... שנעלער... עלזע קריץ האָט זיך אף א קאָל אויסגעזידלט, װי א באלעגאָלע, א הייב געטאָן די ביינער- דיקע אקסלען, ארויסגענומען פון טיש-קעסטל א קעסטעלע פודער, אפגיך צוגעפודערט די נאָז, די אײַנגעפאלענע באקן, א שמיר געטאָן מיט פארב די ליפּן און איז מיט א הארטן סאָלדאטישן טראָט אוועקגעגאנגען איבערן לאנגן קאָרידאָר. אין א מינוט ארום האָט מאקס דערהערט א ביזן געשרײ פון א זײַטיקער האלב-אָפענער טיר. לויטן טאָן האָט ער זיך אָנגעשטױסן, אז דאָס מוז זיין דער פּראָפּעסאָר. -- עך, עלזע, איר זײַט מיר נימעס געװאָרן! איך האָב דאָך באפוילן מיך ניט רופן, מיר ניט דולן דעם קאָפּו.. איך בין הײַנט נישטאָ, איר פארשטייט? כ'בין פארנומען.. און אויב עמעצן גלוסט זיך ווארפן אין דער שפּרעע אָדער אונטער א טראמװײַ, קאָן ער דאָס טאָן אָן מײַן האס- קאָמע! אויב א מענטש רעדט אזוינע נארישקײַטן, הײיסט עס, אז ער איז מעשוגע און דארף ניט קיין כירורגישע קליניק, נאָר א מעשוגאָיִם-הויז... געװוען געדארפט אים געבן דעם פּינקטלעכן אדרעס אהין, און אויס! מאקס איז א דערציטערטער געװאָרן. ער האָט פארשטאנען, װאָס פאר א פּעטשאטעק ער װועט באלד אריינכאפּן פון דער הילצערנער עלזע. נאָר גלײַך האָט זיך װווידער דערטראָגן צו אים די באסאָווע שטים: --- װווּ איז ערגעץ אייער צעדרייטער פּאציִענט, פרוי עלזע?.. עס האָט זיך גלײַך צעטראָגן איבערן קאָרידאָר דער אָפּהילך פון שנעלע און, װוי מאקסן האָט זיך געדוכט, בייזע טריט. מאקס האָט פארשטאנען, אז עס גייט צו אים דער פּראָפּעסאָר עריך שטוטבאך. ער האָט זיך צונויפגעקאָרטשעט, געמאכט א מינע, גלײַך אָט-אָט גיט ער אָפּ גאָט די נעשאָמע. איבערן קאָרידאָר איז געגאנגען אן עלטערער, פעסט געבויטער מענטש מיט א פארברוינט ענערגיש געזיכט, שטרענגע גרינבלעכע אויגן, װאָס האָבן אופמערקזאם געקוקט פון אונטער די געדיכטע העלע ברעמען. דער כאלאט איז געווען ארופגעװאָרפן אף די אקסלען, דער אויסדרוק פון פּאָנעם איז באם פּראָפּעסאָר געווען אזא, אז אף קיין גוטס האָט מאקס זיך ניט געקאָנט ריכטן. דער פּראָפּעסאָר האָט שװײַגנדיק זיך אראָפּגעלאָזט אף איין קני, אויסגעהערט דעם פּולס באם כוילע, א קנייטש געטאָן מיט די אקסלען און, צוזעצנדיק זיך אפן שטול, געזאָגט: -- געזונט, וי א בוהײַ... דער פולס -- אינגאנצן נאָרמאל... װאָס איז געשען? אנו, הייבט זיך אוף. װאָס האָט איר זיך צעלייגט אפן דיל, װי בא זיך אין דער היים? װאָס איז דאָ, א האָטעל?. מאקס האָט זיך א ביסל אונטערגעהויבן, פאריכט מיט דער האנט די צעפּאטלטע האָר און א בורטשע געטאָן אונטער דער נאָז: -- אנטשולדיקט, דאָס זײַט איר טאקע דער פּראָפּעסאָר עריך שטוטבאך?.. --- געוויס... איז װאָס וילט איר פון מיר? צונעמען א ביסל טײַערע צײַט? -- איך וויל, איר זאָלט מיך ראטעווען, הער פּראָפּעסאָר... געזאָגט האָט ער עס אזוי אופריכטיק, מיט אזויפיל געבעט אין די אויגן, אז דאָס שטרענגע פּאָנעם באם פּראָפּעסאָר איז געװאָרן מילדער. ער האָט א װוּנק געטאָן צו עלזע קריץ, מע זאָל דעם פּאציִענט ארײַנברענגען צו אים אין קאבינעט. וי פון אונטער דער ערד זײַנען באנאנד מיט מאקסן אויסגעוואקסן צוויי פעסטע סאניטארן מיט א טראָגברעט. מאקס האָט זיך ניט באוויזן ארומקוקן, װי מע האָט אים ארײַנגעטראָגן אין א געראמען קאבינעט. -- נו, איז װאָס, יונגערמאן?.. -- האָט, צוזעצנדיק זיך לעבן מאקסן אף א װײַסן טאבורעט, געפרעגט דער פּראָפּעסאָר. --- עפשער וװועלן מיר אופהערן שפּילן אין באהעלטעניש און דולן איינער דעם אנדערן דעם קאָפּ? נו, עלזען האָט זיך אײַך אײַנגעגעבן אָפּנארן, פאָרט אין א קליידל. נאָר מיך? איז דערציילט גלײַך, װאָס פארא קונצן זײַט איר געקומען אהער פּראװען און װאָס האָט אײַך געבראכט צו מיר אין קליניק? איך זע מוסקולן פון א גרענאדיאָר, פון א באָקסיאָר... אויגן אזעלכע, װאָס קאָנען, דאכט מיר, אראָפּפירן פון זינען די שענסטע גרעטכען... װאָס זשע ווילט איר פון עריך שטוטבאכן? צוליב װאָס זײַט איר געקומען?.. עפשער האָט איר זיך פארליבט אין מײַן מעדיצין-שוועסטער עלזע קריץ? װוי איר האָט געהאט דאָס גליק זיך איבערצײיַגן, איז דאָס א גאָלדענע נעשאָמע, א טײַער הארץ... מאקס האָט געשוויגן, עס האָט זיך אים ניט געװאָלט דערציילן דעם פּראָפּעסאָר, װאָס ער וויל פון אים, פאר די סאניטארן, וועלכע זײַנען וי צוויי סטורקאטשעס געשטאנען בא דער טיר. שטוטבאך האָט פארשטאנען, װאָס עס קוועטשט אים, און א װוּנק געטאָן די סאניטארן, זי זאָלן אוועקגיין.
22
--- נו, און איצט, -- האָט ער זיך נאָך נידעריקער אָנגעבויגן צום כוילע, --- איצט װעט איר עפשער דערציילן, װוּ דער הונט ליגט באגראָבן... אף װאָס קלאָגט איר זיך?
--- אף די פיס... --- האָט זיך אָנגערופן נאָך א לאנגער פּאוזע מאקס.
עריך שטוטבאך האָט אים געהייסן פארהייבן די פּלודערן. ער האָט לאנג געטאפּט, געדרייט אין אלע זײַטן מאקסי פיס.
--- געזונטע פיס...
-- איך ווייס, הער פּראָפּעסאָר, אז זיי זיַנען געזונטע...
--- װאָס זשע זײַט איר צו מיר געקומען? דרייען דעם קאָפּ?
דעם פּראָפּעסאָרס פּאָנעם איז געװאָרן רויט, װי א בורעק. ער האָט ארויסגענומען פון קע- שענע דאָס קעמעלע, אָנגעהויבן צוקעמען זײַנע בלאָנדע װאָנצעס, זיך בייז אָפּגעקערט פונעם פּאציִענט, געבנדיק אים צו פארשטיין, אז דאָס געשפּרעך איז געענדיקט, דער וויזיט -- אוואדע און ער קאָן זיך פארנעמען צו אלדי גוטע יאָר.
-- קראנקע מענטשן ווארטן דאָרט אף מיר, און ער...
-- און איך בין נאָך אומגליקלעכער פון זיי, הער פּראָפּעסאָר, -- האָט אים פאָרזיכטיק איבערגעשלאָגן מאקס. --- איך בעט אײַך, האָט אף מיר ניט קיין פאריבל, הערט מיך אופמערק- זאם אויס... איך בעט אײַך מיר מאכן אן אָפּעראציע... איר דארפט מיך ראטעווען... איר מוזט מיר אוױיסגלײיכן די פיס...
-- איך פארשטיי אײַך ניט... װאָס הייסט עס --- אויסגלײַכן די פיס? -- האָט דער פּראָפעץ- סאָר דערשראָקן אף אים א קוק געטאָן. --- בא אײַך זיינען געזונטע פיס!.. צוליב װאָס זשע דארף מען זי אָפּערירן, אױיסגלײַכן?.. װאָס רעדט איר? איר הערט כאָטש, װאָס איר רעדט? אָפּערירן די פיס!..
-- דאָס איז פאר מיר א פראגע פון לעבן און טויט.. איר מוזט מיר העלפף.
די װאָנצעס באם פּראָפּעסאָר זײַנען אונטערגעשפּרונגען:
-- צי רעכנט איר ניט, יונגערמאן, אז איר דארפט גאָר א פּסיכיאטער, ניט קיין כירורג?. איר זײַט בא די געדאנקען?י.
-- יאָ, איך בין בא די געדאנקען. איך האָב זיך לאנג געפּײַניקט, ביז איך האָב באשלאָסן זיך ווענדן צו אײַך נאָך הילף... איר מוזט מיר העלפן.
-- אזוי? איך מוז? װאָס זשע, עפשער װעט איר מיר באפוילן? עפשער װעט איר מיך צווינ- גען? -- האָט דער פּראָפּעסאָר גענומען שפּרײיזן הין און הער איבערן געראמען קאבינעט, ווארפנ- דיק בליקן אפן מאָדנעם פּאציִענט.--נו, יונגערמאן, אויב איר רעכנט זיך פאר א נאָרמאלן מענטש, דאן, ווייזט אויס, דארף מען מיך אוועקשיקן אין א מעשוגאָיִם-הױיז... אָט טוט, לעמאָשל, א קוק אף מיינע פיס. מיט װאָס שיידן זיי זיך אונטער פון אײַערע? אזעלכע פיס, װוי בא אײַך. אויך עטװאָס אויסגעבויגענע... איז װאָס: לײַד איך דערפון? מיר דוכט זיך, אז קימאט א העלפט פון דער מענטשהײַט האָט אזעלכע פיס, װוי מיינע און אײַערע. בא דער מאלקע שװאָ, עפשער האָט איר געהערט וועגן אזא איינער, זיַנען געווען פּונקט אזעלכע פיס, דערצו נאָך האָריקע, וי בא א מאלפע, און דאָס האָט איר ניט געשטערט צו זײַן א געליבטע בא שלוימע-האמעלעכן, װאָס האָט, װוי באװוסט, זיך גוט פאנאנדערגעקליבן אין אזעלכע זאכ.. בא אלעקסאנדער מוקדן, בא נאפּאָלעאָנען, באם קײזער וילהעלם, באם קײַזער פראנץ-יאָסיף זײַנען געווען אזעלכע פיס... נאָר, דוכט זיך, קיינעם פון זי איז ניט געקומען אין קאָפּ דער געדאנק לויפן צו א כירורג בעטן, מע זאָל זי אָפּערירן! איר זײַט דער ערשטער... װי קאָן איך אײַך האלטן פאר א נאָרמאלן מענטשן?..
-- איר זײַט אוואדע גערעכט, הער פּראָפּעסאָר, -- האָט שטיל זיך ארײַנגעמישט מאקס קרייסלער, -- נאָר ניט אלעקסאנדער מוקדן, ניט נאפּאָלעאָן, ניט שלוימע-האמעלעך האָבן ניט געדארפט שפּילן טעאטער... איר שטעלט זיך פאָר, עס גייט ארויס אף דער בינע אָטעלאָ אָדער אוריִעל אקאָסטא מיט אזעלכע פיס, װוי בא מיר...
--- זייער גוט! װאָס איז דער כילעק, װאָס פארא פיס בא זיי? וועמען גייט עס אָן? -- האָט איבערגעשלאָגן עריך שטוטבאך. --- איך פארשטיי א טענצערן. איר שטערט ניט האָבן פיס, װי סטרונעס. אָבער מענער! זיי דארפן, דוכט מיר, האָבן קלוגע קעפּ... זאָגט מיר נאָר, װאָס פאר אן אידיִאָט וועט זיך צוקוקן צו אָטעלאָס פיס? א ווילדע געשיכטע. איך פארשטיי אײַך ניט... -- און נאָך א רעגע טראכטן: -- הייסט עס, האָב איך צו טאָן מיט אן אקטיאָר?..
מאקס האָט אראָפּגעלאָזט דעם קאָפּ:
-- אן אקטיאָר... ניין, אנטשולדיקט... נאָך ניט אינגאנצן. ווען איר װעט מיר אױסגלײַכן די פיס, װעל איך קענען שפּילן אין טעאטער אָטעלאָ און ביכלאל גרויסע ראָלן... איך װאָלט אײַך
28
דאָס גאנצע לעבן געווען דאנקבאר. איך װאָלט אײַך שטענדיק ארײַנגעלאָזט אין טעאטער אָן
! א בילעט...
דער פּראָפּעסאָר האָט זיך צעשמייכלט:
-- אָ, דאָס איז װװוּנדערבאר! דאָס װאָלט שוין געלוינט!.. יאָ... וויאזוי רופט מען אײַך+ מאקס קרייסלער? זייער אָנגענעם... עמעס, פון אזא אקטיאָר האָב איך נאָך ניט געהערט.. נאָר איר ווייסט, יונגערמאן, פאר מײַן דרײַסיקיאָריקער פראקטיק אלס כירורג האָב איך נאָך ניט געזען אזא פּאציִענט, װי איר... איך האָב פאר מײַן לעבן אָפּערירט א סאך באװוּסטע אקטיאָרן, שרײַ- בער, מאָלער, אויסגעשניטן בא זי אפּענדיקסן, מאנדלען, ריפּן און נאָך דער טײַװל ווייסט װאָס, נאָר ניט באגעגנט קיין איינעם, װאָס זאָל בעטן, איך זאָל אים אױסגלײַכן די פיס. אזא װילדקײַט!
עריך שטוטבאך האָט אויסגעװוישט מיטן טיכל דאָס פּאָנעם, א קוק געטאָן אפן פרײיװיליקן פאציענט און איז געװאָרן דערשטוינט. לויטן אויסדרוק פון מאקס' אויגן האָט ער פארשטאנען, אז יענער איז נאָך אלץ מיט אים גניט אײַנשטימיק און קליַבט זיך ניט אוועקגיין.
-- געהערט א געשיכטע! צו װאָס א מענטש קאָן זיך דערטראכטן -- אױסגלײַכן די פיס! געזונטע, שטארקע פיס... איר ווילט אײַנשטעלן אײַער לעבן און מײַן רעפּוטאציע?.. ווען איר באצאָלט מיר א מיליאָן מארק, מיינט איר, װאָלט איך אײַנגעגאנגען אף דעם? אף אזא אָפּע- ראציע? לאָמיר זיך אף א רעגע פאָרשטעלן, אז איך גיי אייַן. וויאזוי װאָלט דאָס אויסגעזען? איך װאָלט אײַך געדארפט צעברעכן די פיס, זיי נעמען אין גיפּס... און װער קאָן גאראנטירן, אז זי וועלן זיך גוט צונויפוואקסן? הייסט עס, װעט אויסקומען אלץ אָנהייבן פונדאָסנײַ? אײַך װאָלט אויסגעקומען ליגן אין גיפּס קימאט א יאָר צײַט. און ערשט דעמלט זײַט איר ניט זיכער, אז איר װעט ניט בלײַבן קיין קאליקע און װעט דערנאָך ניט גיין אף מיליצעס.. װאָס זשע ווילט איר, פארבײַטן געזונטע פיס אף א פּאָר מיליצעס? הערט זשע, מײַן יונגער פּרײַנט, איך מעלדע אײַך, װוי א כירורג, װוי א מענטש, אז מײַן בארוף איז העלפן קראנקע, זיי היילן און ניט מאכן פאר קאליקעס! איך װעל ניט גיין אף קיין שום אוואנטיורעס. איך האָב אלץ געזאָגט.. א גוטן טאָג אײַך! איר זײַט פריי!..
--- איין װײַלע בלויז... -- האָט מאקס זיך אָנגערופן מיט א געפאלענער שטים. -- איך פאר" שטיי גוט, אז דאָס איז זייער א געפערלעכע אָפּעראציע. נאָר איך בין גרייט אף אלץ.. איך װעל געבן אן אונטערשריפט, אז אין פאל פון אן אומגליק זאָל מען אײַך ניט באשולדיקן.. איר מוזט מיר העלפן...
-- א מאָדנער פּאציִענט! --- איז שוין עריך שטוטבאך געװאָרן אויסער-זיך. -- ער איז אף אלץ גרייט! איר זײַט גרייט, איך זאָל אײַך צעברעכן די פיס?
--- יאָ!.. ברעכט, טוט, װאָס מע דארף, נאָר העלפט מיר. דאָס גאנצע לעבן װעל איך בעטן גאָט פאר אייך... פון אײַך הענגט אָפּ מײַן גוירל, מייַן צוקונפט, מײַן לעבן... איך דארף שפּילן אף דער בינע, און אָן דער אָפּעראציע װועט זיך בא מיר גאָרנישט ניט באקומען...
א רויטער, א בייזער איז עריך שטוטבאך, וי אן אָפּגעבריטער, ארויסגעלאָפן פונעם קאבי" נעט. אין א מינוט ארום האָט ער זיך אומגעקערט, פירנדיק בא דער האנט א שלאנק מידל אין א װײַסן כאלאט, די געדיכטע פלאקסענע האָר אירע האָבן זיך געריסן אף דער ליכטיקער שײַן פון אונטערן װײַסן היטעלע. די גרויסע גרינע אויגן האָבן פארכידעשט געקוקט אף דעם שווארצ- כיינעוודיקן באָכער. זי האָט לײַכט א שאָקל געטאָן צו אים מיטן קאָפּ, גריסנדיק זיך. דערנאָך האָט זי אריבערגעפירט דעם בליק אפן פּראָפּעסאָר, ניט פארשטייענדיק, װאָס וויל ער פון איר האָבן און צוליב װאָס האָט ער זי געבראכט אהער.
-- ביטע, דאָקטער פרידע! -- האָט דער פּראָפּעסאָר, ארויסלאָזנדיק איר האנט, זיך א נייג געטאָן פארן פּאציִענט. -- איר האָט די מעגלעכקייט זען אן אויסערגעויינלעכן עקזעמפּליאר. אן אוניקום! געקומען בעטן, איך זאָל אים אויסגלײיכן די פיס... געזונטע פיס... ער דארף, פאר- שטייט איר מיר, שפּילן אף דער בינע אָטעלאָ, אוריעל אקאָסטא און נאָך דער טײַװל ווייסט וועמען... אן אקטיאָר! רעדט זיך דורך מיט אים, ביטע... איך בין שוין הייזעריק געװאָרן און האָב מער קיין קויעך ניט מיט אים צו דיסקוסירן... איך מיין, אז איר, דאָקטער פרידע, װעט עס מאכן בעסער פאר מיר... ביטע...
און דער פּראָפּעסאָר איז אָפּגעגאנגען צום פענצטער.
פרידען איז, דעם עמעס געזאָגט, ניט אינגאנצן קלאָר געװאָרן איר מיסיע. דער פּראָפּעסאָר האָט איר גאָרנישט ניט געזאָגט, אָנגעכאפּט פאר דער האנט און געבראכט אהער. זי האָט א קוק געטאָן פון אונטער די לאנגע װיִעס, דערזען א פּלײציקן באָכער מיט א פארברוינט פּאָנעם, מיט גרויסע שווארצע אויגן, װאָס האָבן געקוקט אף איר א ביסל דערשראָקן און א ביסל, יאָ, זי האָט קיין טאָעס ניט, א ביסל אנציקט. נאָר דאָס גראָד אינטערעסירט זי ניט. זי דארף דאָ אויספילן איר
244
פליכט --- די פליכט פון א דאָקטער, זאָגן איר מיינונג. זי האָט זיך אָנגערופן זייער שטרענג, אזוי האָט זיך איר אלנפאלס געדוכט:
--- ביטע, קראנקער, דערציילט, װאָס איז מיט אײַך און אף װאָס...
-- אנטשולדיקט... -- האָט מאקס זי איבערגעשלאָגן. -- װאָס זשע, איר זײַט דען אויך א כירונג? עס קאָן ניט זײַן!.. איר מאכט אויך אָפּעראציעס?.
-- געוויס... איר האָט געטראָפן... איך אָפּעריר און װעל אפילע קענען אָפּערירן די צונג, אויב איר װעט מיר ניט ענטפערן אף מײַנע פראגן... -- דאָקטער פרידע האָט ניט אראָפּגענומען פון אים דעם בליק און פאָרגעזעצט: -- דערקלערט, צוליב װאָס ווילט איר, מיר זאָלן אײַך אָפּץ- רירן? װאָס האָט אײַך געשטויסן אף אזא געדאנק?.. אזא ווילדע אָפּעראציע...
-- מיר האָט געזאָגט א מענטש, פון וועלכן עס הענגט אָפּ מײַן גוירל, אז ווען איך האָב גלײַכע פיס, װאָלט איך געקאָנט אָנקומען אין טעאטער. שפּילן... יענעם מענטשנס א װאָרט איז פאר מיר הייליק...
-- עס גלייבט זיך ניט! -- האָט זי אים איבערגעשלאָגן, קוקנדיק אף זײַנע פיס. -- יענער מעגטש איז, דוכט מיר, מעשוגע געװאָרן... ער װויל איײַך אומברענגען... איר דערציילט מיר אלץ, װאָס האָט אײַך געשטויסן, איר זאָלט זיך ווענדן צו אונדז... נאָר דעם גאנצן עמעס...
דעם גאנצן עמעס.. ויאזוי זאָל ער דערציילן די גאנצע געשיכטע פון זײַנע װאָגלענישן צאָרעס, וואנדערונגען איבער שטעט און שטעטלעך, אז זי זאָל פארשטיין --- קיין צוריק איז פאר אים ניטאָ. דאָ איז זיײַן לעצטע האָפענונג. ער ווייסט ניט, צי זי איז א גוטער כירורג, --- וי קאָן אזא שיין, יונג מיידל שנײַדן מענטשן, נאָר א מענטש א גוטער מוז זי זײַן, מע זעט עס נאָך די אויגן. און מאקס האָט, עפשער דאָס ערשטע מאָל אין לעבן, דערציילט וועגן זיך אלץ. אזוי פּא- סירט אמאָל אין לעבן -- פאר אן אונטערװעגיקן באקאנטן, א ווילד-פרעמדן מענטשן, רעדט מען זיך אויט דאָס הארץ אופריכטיקער, װוי פאר א גוטנפרײַנט,
צוהערנדיק זיך אופמערקזאם צו דעם, װאָס מאקס האָט דערציילט, האָט פרידע די גאנצע צײַט נאַכגעשפירט נאַך עריך שטוטבאכן. זי האָט באמערקט, אז דער פּאטראָן האָט בלויז אריינ- געקוקט אין דער צײַטונג, נאָר ניט געלייענט זי, אז ער האָט פּונקט, װי זי, געהערט מאקסן, און יענעמס געשיכטע האָט אים גערירט ניט וייניקער, וי זי, דאָקטער פרידען. אנדערש װאָלט ער ניט געלאָזט פּאטערן אזויפיל צײַט.
און פונדעסטוועגן איז איר פליכט געווען טאָן דאָס זעלבע, װאָס עס האָט פריִער געטאָן דער פּראָפּעטאָר, --- אָפּריידן מאקטן פון דער אָפּעראציע. זי האָט זיך אָבער גאָר אינגיכן איבערצײַגט, אז ס'איז אן אומזיסטע טירכע, אויב דער מענטש האָט עפּעס פירגענומען, װעט ער זיך פאר קיין זאך ניט אָפּשטעלן. יאָ, אָבער ער פארשטייט דאָך ניט, דער אקשן, װאָס עס שטייט אים פאָר. און זי איז א דאָקטער, זי ווייסט, און דער געוויסן װעט זי פארפּײַניקן, אויב זי װעט דערלאָזן, אז א מענטש זאָל פרייוויליק גיין אף אזא זאך. װאָס טוט מען? װאָס טוט מען?
א היפש ביסל צײַט האָבן אלע געשוויגן. דער פּראָפּעסאָר האָט געווארט, װאָס װעט זאָגן פרידע, און מאקס האָט געווארט, װאָס װעלן זיי ביידע זאָגן. ,
פּלוצעם האָט זיך דאָקטער פרידע האסטיק אופגעהויבן, איז צוגעגאנגען צו שטוטבאכן און אָנגעהויבן מיט אים איינטײינען. אזוי, האָט זיך מאקסן געװאָלט וויסן, װאָס זי שעפּטשעט: אים האָט זיך אָנגעהויבן דוכטן: פרידע רעדט אײַן דעם פּראָפּעסאָר, ער זאָל מאסקים זײַן מאכן די אָפּעראציע. א געזונט אין איר, אָט א גאָלדן מיידל.
דער פּראָפּעסאָר האָט אופמערקזאם אויסגעהערט פרידען, און זײַנע אויגן האָבן זיך צע- שײיַנט. ס'איז א פּלאן. דער אקשן װעט זיך אליין אָפּזאָגן לייגן אונטערן מעסער. זאָל ער טאקע אָנטאָן א װײַסן כאלאט, שטיין לעבן אָפּעראציע-טיש און זען, װיָאזוי מע אָפּערירט מענטשן... ער וועט אנטלויפן װוּ דער שווארצער פעפער וואקסט, ער װעט קיינמאָל מער אפילע ניט צוגיין נאָענט צו דער קליניק.
זאָל ער שטיין באם טיש און קוקן
עריך שטוטבאך איז צוגעגאנגען צום באָכער, װאָס האָט א בלייכער, מיט שרעק אין די אויגן, געווארט אפן פּראָפּעסאָרס אורטייל,
-- נו, אויב איר באשטייט אף דער אָפּעראציע, --- האָט געזאָגט שטוטבאך, --- בין איך גרייט אײַך אָפּערירן... אָבער מיט איין טנײַ: איר װעט אָנשרײַבן א צעטל, אז איך האָב אײַך געװאָרנט, וי געפערלעך עס איז די אָפּעראציע, און די גאנצע פאראנטװאָרטלעכקײַט נעמט איר אף זיךיי
-- א דאנק, הער פּראָפּעסאָר! -- האָט מאקס אױיסגעשריען. -- איז קאָן איך גיין זיך לייגן?
עריך שטוטבאך האָט זיך צעלאכט:
-- סארא פלינקער איר זײַט! איר מיינט, אן אָפּעראציע מאכן איז שפּילן טעאטער? איר
29
א עעע ע עטאר דירי טריטקעריד ר לייז
ועט נאָך צוּווארטן... גענוי װאָס און ווען װועט אײַך זאָגן מײַן אסיסטענטן... --- האָט ער א װוּנק געטאָן אף פרידען און איז שנעל ארויסגעגאנגען פונעם קאבינעט.
מאקס קרייסלער איז נאָך געשטאנען א לאנגע װײַלע, ניט רירנדיק זיך פון אָרט, און געקוקט מיט שמייכלענדיקע און עטװאָס פארלוירענע אויגן אף דער דאָקטערן. ער האָט פארשטאנען, אז דאָס, װאָס דער פּראָפּעסאָר איז צו אים געװאָרן מילדער און איז אײַנגעגאנגען אף דער אָפֹּץ- ראציע, האָט ער צו פארדאנקען דער דאָקטערן. נאָר ער האָט ניט געװוּסט, װאָס איר צו זאָגן
אין עטלעכע מינוט ארום האָט ער געשפּאנט צום ארויסגאנג און באנאנד מיט אים האָט גע- שפּאנט פרידע. זי האָט אים דערקלערט, ווען ער דארף קומען אין קליניק און װאָס ער װעט דאָרט טאָן.
בא מאקסן זײַנען אויסגעוואקסן א פּאָר פליגל. ער האָט געשײַנט, װי א נײַע קאָפּיקע. פון דער זײַט האָט עס מיסטאמע אויסגעזען קאָמיש. א מענטש דארף זיך לייגן אונטערן מעסער, און אליין זעט ער אויס וי ער װאָלט געפונען אן אויצער.
איין זאך האָט אים אָבער יאָ געקימערט. ער האָט ניט פארשטאנען, צוליב װאָס װעט אים אויסקומען גיין אלע טאָג אין קליניק, זיך פארפוצן אין א װײַסן כאלאט, װי א דאָקטער, און שטיין ניט װײַט פונעם אָפּעראציע-טיש, קוקן, וי מע אָפּערירט מענטשן?..
נאָר װי די זאך זאָל ניט זײַן, איז מאקס אף מאָרגן גאנצצרי, א סאך פריִער, װי פרידע האָט אים געהייסן, געשטאנען באם טויער פון דער קליניק און געווארט. וװוען פרידע האָט זיך באוויזן באם אריינגאנג, האָט ער זיך געלאָזט צו איר, באווייזנדיק אלע זײַנע װײַסע, שטארקע ציין אין א פריידיקן שמייכל,
דאָקטער פרידע האָט אים שװײַגנדיק אויסגעשטרעקט די האנט. זי האָט ניט באמערקט, אז עלזע קריץ שפּירט זיי נאָך פון פענצטער. ווען פרידע קאָן זי זען פון דער נאָענט, װאָלט זי בא- מערקט, אז יענע איז געװאָרן רויט, װי צוויק, מאָלע-רעציכע. עלזע האָט בעשום-אויפן ניט גע- קאָנט פארשטיין, פארװאָס פירט זי נאָך זיך דעם דאָזיקן לעץ און פארװאָס גיט מען אים א װײַסן כאלאט? װאָס האָט ער דאָ צו טאָן אין קליניק אזוי פרי? װאָס קומט דאָ פאָר? װאָס טאנצט זי אזוי ארום אים, דאָקטער פרידע? עפשער האָט זי זיך גאָר פארליבט אין דעם האָלאָדראנעץ? שיין איז ער טאקע, װאָס עמעס איז עמעס. אָבער אז נאָך א מיידל גייט נאָך אזא באָכער, װי ריכארד, אן עכטער דײַטש, כאָטש מיט א היפּש בײַכל, װאָלט זי געמעגט אזא שווארצן ציגיינער פארגינען עמעצן אנדערש. אָט אזעלכע זײַנען זיי, די גרעטכענס, אלע װי איינע. מע איז הײיליק, קיין שטויב טאָר ניט פאלן, און וי מע דערזעט א פּאָר פּלודערן, פארלירט מען גלײַך דעם קאָפּ.
אך, ווען פרידע ווייסט, װאָס עלזע טראכט, װאָלט זי איר אָפּגעצאפּט נאָך א ביסל בלוט און װאָלט גענומען דעם , ציגײַנער" אונטער דער האנט, און זאָל בא יענער די גאל פלאצן. נאָר װי זי ווייסט ניט, אזוי זאָל איר ניט שאטן...
דערװײַל האָט זי ארייַנגעפירט מאקסן אין א געראמען בלענדיק-װײַסן זאל. גרויסע עלצק- טרישע לאָמפן האָבן באלויכטן יעדעס ווינקעלע, א מאָדנעם ניקעלנעם טיש, אָן א שיר װײַסע שאפעס מיט פארשיידענע אינסטרומענטן, װאָס דער אויסזען זייערער אליין האָט ארויסגערופן אומרו. אין זאל האָבן זיך געפּאָרעט בארעמהערציקע שװועסטער אין װײַסע כאלאטן. דערזען דאָקטער פרידע מיט אן אומבאקאנטן אין א װוײַסן כאלאט, האָבן זי זיך פארװוּנדערט איבערגע- קוקט. און ער איז שוין געשטאנען א פארלוירענער בא דער וואנט, און דער צעשטרייטער בליק זײַנער האָט געבלאָנקעט איבער דעם אומהיימלעכן זאל.
אלץ איז גלײַך ארויס פון קאָפּ. ער האָט זיך געפּרוּווט דערמאָנען, װאָס דאָקטער פרידע האָט אים אָנגעזאָגט, ויאזוי דארף ער זיך דאָ פירן. װאָס דארף ער דאָ טאָן? אייגנטלעך, דארף ער דאָ גאָרנישט ניט טאָן, נאָר שטיין, וי א שטיק האָלץ, און קוקן, װאָס זי מיטן פּראָפּעסאָר עריך שטוט- באך און אָט די אלע שוועסטער װעלן טאָן.
ער װאָלט איצט גערן טרעפן פרידעס א דערמונטערנדיקן בליק, איז זי אָבער פארטאָן אין איר ארבעט. אז ער זעט ניט, ווארפט זי יאָ פון מאָל צו מאָל א בליק אף אים. עס גלוסט זיך איר שמייכלען, קוקנדיק, װי ער שטייט פארפּוצט אינעם כאלאט, מיט אזא קינדערש-פארלוירענעם אויסדרוק אפן פּאָנעם.
אָט האָט מען ארײַנגעפירט א וועגעלע, אף וועלכן עס איז געלעגן א קראנקער. די סאניטארן האָבן אים פאָרזיכטיק אוועקגעלייגט אפן אָפּעראציע-טיש, און פרידע מיט אירע געהילפן האָבן אים גענומען גרייטן צו דער אָפּעראציע. זי האָט געטאָן איר ארבעט שנעל און געניט. איצט האָט זי שוין, דוכט זיך, אינגאנצן פארגעסן, אז דער מאָדנער פּאציִענט שפּירט נאָך נאָך דעם, װאָס עס קומט פאָר אפן טיש.
אין א פּאָר מינוט ארום איז ארײַנגעקומען עריך שטוטבאך. דאָס פּאָנעם, א ריין-אָפּגערא- זירטט, איז געווען שטרענג און די געדיכטע ברעמען צעשויבערט. ער האָט א שאָקל געטאָן מיטן
26
קאָפּ צו דאָקטער פרידע. דערזען בא דער וואנט מאקסן, באמערקט זײַנע דערשראָקענע אויגן. האָט ער א קנייטש געטאָן מיט די אקסלען, װי איינער רעדט: ,נו, אן אקשן... טאקע געקומען? זיך ניט דערשראָקן?..*
דער פּראָפּעסאָר איז צוגעגאנגען צום קראן, װוּ עס איז געשטאנען א שװועסטער מיט א פּאָר גומענע הענטשקעס. ער האָט ענערגיש, גאָר אף א ספּעציעלן אויפן, װי עס טוען נאָר כירורגן, גענומען וואשן די הענט.
אין די גומענע הענטשקעס, אין דער מאסקע, װאָס האָט פארדעקט א האלב פּאָנעם, האָט ער מאקסן אויסגעזען װי א געשפּענסט פון עפּעס א מאָדנער, װײַטער ועלט. דער פראָפּעסאָר האָט געגעבן פרידען און די שװועסטער, װאָס האָבן אים ארומגערינגלט, די לעצטע אָנװײַזונגען און איז צוגעגאנגען צום אָפּעראציע-טיש.
עס האָט זיך אָנגעהויבן א שװוערע און לאנגדויערנדיקע אָפּעראציע -- אן אָנגעשטרענגטער קאמף פארן לעבן פון א מענטשן...
מאקס קרייסלער האָט זיך שטײַפער אָנגעשפּארט אָן דער וואנט. ער האָט געפילט, װי א קעלט נעמט דורך אלע זײַנע אייוורים. אים איז פּלוצעם געװאָרן אזוי שרעקלעך, פּונקט װי ער אליין װאָלט געלעגן אפן טיש אונטערן מעסער. און דאָך האָט ער אופמערקזאם נאָכגעשפּירט נאָך עריך שטוטבאכס געניטע, זיכערע באוועגונגען, באוועגונגען פון א מענטשן, װאָס װעט קיין טאָעס ניט דערלאָזן. מאקס האָט אריבערגעפירט דעם בליק אף פרידען, װאָס איז געשטאנען באנאנד מיטן פּראָפּעסאָר און פלינק אויסגעפילט אלע זײַנע באפעלן. אין דער װײַסער מאסקע האָט זי אויך אויסגעזען אויסטערליש. אירע גרויסע, ערנסטע אויגן זײַנען געווען אָנגעשטרענגט. מאקסן האָט זיך ניט געגלייבט, אז דאָס איז יענץ יונג, שלאנק מיידל, װאָס באציט זיך צו אים אזוי הארציק און פריינטלעך.
קוקנדיק, װי שנעל און געניט עס אָפּערירט דער פּראָפּעסאָר, װי גוט עס העלפט אים דאָק- טער פרידע, האָט מאקס געטראכט, אז צו זיי אין די הענט איז גאָרנישט אזוי שרעקלעך אריינפאלן.
ער האָט אָבער ניט באוויזן א טראכט טאָן וועגן דעם, װי ער האָט דערפילט -- עפּעס איז געשען. דעם כוילעס פאָנעם האָט זיך איבערגעקרימט פון וייטעק, און ער האָט אָנגעהויבן קרעכצן. אף עריך שטוטבאכס שטערן איז ארױיסגעטראָטן א געדיכטער שוייס. ער האָט עפּעס געזאָגט דער אסיסטענטן, גערעדט צום קראנקן: ,רויַקער... עס טוט אײַך גאָרנישט ניט ויי... עס דוכט זיך בלויז אזוי... באלד פארענדיקן מיר, נאָך איין װײַלע..." און די װײַלע האָט זיך געצויגן און געצויגן. אָט די מינוטן זײַנען געווען, װי מאקס האָט באמערקט, די שווערסטע פארן קראנקן און פארן פּראָפּעסאָר. בא מאקסן זײַנען מיטאמאָל די פיס געװאָרן װי פון וואטע, אָט-אָט פאלט ער אום. אין דער רעגע האָט זיך אים געגלוסט אנטלויפן פונדאנען, און טאקע װאָס גיכער.
איצט האָט שוין מאקס פארשטאנען, פארװאָס מע האָט אים דאָ אוועקגעשטעלט, אין אָפּע- ראציע-זאל. יאָ, זיי האָבן באשטימט אים אָפּשרעקן. דארף מען זיך אום יעדן פּרײַז נעמען אין די הענט. זיי טאָרן אף זײַן פּאָנעם, אין זײַנע אויגן ניט זען קיין סימען פון שרעק.
צווישן לעבן און טוט
א גאנצע װאָך נאָכאנאנד איז מאקס יעדן טאָג געקומען אין קליניק, אָנגעטאָן דעם כאלאט און פארנומען זײַן אָרט אין ווינקל. ער האָט געהאָלפן די סאניטארן ארײינפירן די קראנקע, זי באלייגן אפן טיש און דערנאָך געקוקט, װי מע אָפּערירט מענטשן. פאר דער צײַט האָבן דער פּראָפּעסאָר און פרידע ניט וייניק אין אים ארײַנגערעדט, דערוויזן, אז ער מוז זיך אָפּזאָגן פון זײַן אידיי, נאָר עס האָט װײיניק געהאָלפן.
און אָט, אין איינעם א טאָג האָט אים דער פּראָפּעסאָר ארײַנגערופן צו זיך אין קאבינעט. דאָרטן איז שוין געזעסן פרידע. עריך שטוטבאך האָט פארייכערט זײַן ציבעק, אוועקגעלייגט די האנט אף מאקס' אקסל, א שמייכל געטאָן:
-- נו, ;אָטעלאָ?, איז װאָס האָט איר באשטימט?
-- איך האָב באשטימט בעטן אײַך, איר זאָלט מיך אָפּערירן, הער פּראָפּעסאָר... איך װעל אײַך דאָס גאנצע לעבן זײַן דאנקבאר...
-- אָדער איר װעט מיך דאָס גאנצע לעבן שעלטן?.. -- האָט אים דער פּראָפּעסאָר איבער- געשלאָגן. -- ניט איך, ניט דאָקטער פרידע קאָנען אײַך ניט גאראנטירן, אז די אָפּעראציע װעט געלינגען. איר זײַט נאָך יונג... צוליב װאָס דארפט איר ריזיקירן? אלזאָ, גייט אהיים, באטראכט זיך גיט. אייצעט זיך אויס מיט אײַערע פרײינט און אייגענע. אויב איר װעט דאָך באשטימען זיך אָפּערירן, קומט אין א װאָך ארום...
27
-- איך האָב שוין באשטימט...
עריך שטוטבאך האָט געװאָרפן אף אים א בייזן בליק, א קנייטש געטאָן מיט די אקסלען. אָנגענומען פרידען בא דער האנט, איז ער מיט איר אָפּגעגאנגען אין א זײַט און עפּעס איר אײַג- גערוימט אין אויער.
מאקס איז געבליבן שטיין א צערודערטער. אין דער מינוט האָט ער ניט געטראכט וועגן דער געפעדלעכער אָפּעראציע, געשראָקן האָט אים גאָר עפּעס אנדערש: ניט דער פּראָפּעסאָר, ניט פרידע ווייסן ניט, אז ער האָט ניט קיין פּרוטע בא דער נעשאָמע. װי װעט ער באצאָלן פאר דער אָפּעראציע און פארן אָרט אין קליניק?..
דער פּראָפּעסאָר מיט פרידען זײַנען ארויסגעגאנגען פון קאבינעט און זיך געלאָזט אין סאָד, לאנג ארומגעשפּאצירט איבער דער אליי און אלץ גערעדט וועגן דעם מאָדנעם פּאציֶענט. דערנאָך איז פרידע ארײַנגעקומען אין קאבינעט.
-- נו, גוט... -- האָט זי געזאָגט צו מאקסן. -- קומט אהער אין א װאָך ארום... --- און זי האָט אים דערלאנגט די האנט.
מאקס' אויגן האָבן זיך צעשײַנט פון גליק. ער האָט אָנגעכאפּט איר האנט און ביז ווייטעק זי געדריקט;
-- א דאנק!.. א גרויסן דאנק אײַך, דאָקטער!.. איך האָב אײַך נאָך עפּעס געװאָלט זאָגן.. -- האָט ער ניט דרייסט צוגעגעבן.
--- װאָס האָט איר נאָך צוגעטראכט?..
-- בא מיר איז דאָך נישטאָ קיין געלט... װי װעל איך זיך מיט אײַך צעצאָלן?.
פרידע האָט א שמייכל געטאָן:
-- נו, װאָס זאָל איך מיט אײַך טאָן? איך װעל עפּעס צוטראכטן... איר זאָלט נאָר דעם פּראָד יס ניט אױסזאָגן... :
האָט צו אים א מאך געטאָן מיט דער האנט און איז שנעל אוועק. אף דער שװעל האָט זי
זיך פארהאלטן, זיך אויסגעקערעװועט צו אים און, ניט באהאלטנדיק דעם גוטן שמייכ?, איבער- געכאזערט:
-- אין א װאָך ארום! איר זאָלט זיך אָבער גוט באטראכטן...
ערשט איצט, ווען עס איז שוין, דוכט זיך, קיין צוריק ניט געווען, האָט ער אָנגעהויבן זיך דערמאָנען, װאָס דער פּראָפּעסאָר און פרידע האָבן אים דערציילט וועגן דער אָפּעראציע. ווער בײַט עס פּרײַװיליק געזונטע פיס אף מיליצעס, -- האָבן געעגבערט דעם מויעך דעם פּראָפע- סאָרס ווערטער. -- טאקע אזוי, װער? נאָר אזא נאר, וי ער. אָטעלאָ, אוריעל אקאָסטא... א גע- לעכטער... אפילע קיין בעקער װועט ער שוין אויך ניט קענען זײַן.. ווער װעט אים דארפן א װיסטן א
אן אנדערער אף זײַן אָרט װאָס װאָלט געטאָן? װאָלט געמאכט פּלייטע פון בערלין. װאָס האָט ער דאָ א דער באָבעס יערושע? אן אנדערער יאָ, אָבער ניט מאקס קרייסלער, דער בעקער פון קאָלאָמײע. אים איז איינגעפאלן גאָר עפּעס אנדערש. לאָזט זיך אויס, אז בילכער פון אלץ דארף ער איצט א רעװאָלװער. טאָמער כאָלילע איז שלעכט, די אָפּעראציע האָט זיך ניט אײַנ- געגעבן און ער איז געבליבן א קאליקע, איז א קויל אין קאָפּ, און א גוטן טאָג מיט דער קאפּאָטע.
ער האָט ניט געװוּסט פון קיין רו. טאָג און נאכט האָט ער געלאָדן וואגאָנעס מיט זעק און פּעק, זיך ניט געמיִעסט מיט קיין שום ארבעט, געזשאלעװועט זיך דעם ביסן און געקליבן געלט. און אף װאָס מיינט איר? אף א רעװאָלװער.
די צײַט האָט א טעווע, זי שטייט ניט אף אן אָרט. פּונקט אין א װאָך ארום, ניט מיט קיין מינוט שפּעטער, איז מאקס קרייסלער געשטאנען באם טויער פון דער קליניק, באהאלטנדיק אין קעשענע דעם קליינינקן בראונינג, װאָס ער האָט געקויפט בא א שיקערן אָפיצער אפן מארק. נאָך פונדערװײַטנס האָט מאקס דערזען באם טויער פרידען און דערפילט, װי דאָס הארץ האָט גענומען האסטיקער קלאפן. זי איז געשטאנען א צעטראָגענע, א פארטראכטע, אפילע פארגעסן ענטפערן אים אף זײַן ;גוט-מאָרגן".
-- מײַן גאָט! איר זיַט טאקע געקומען? -- האָט זי דערשראָקן זיך אָנגערופן. --- און איך האָב דאָך אײַך געבעטן, איר זאָלט זיך גוט באטראכטן... מיר האָט זיך אויסגעוויזן, אז איר װועט פארשטיין און װעט זיך מער ניט אומקערן צו אונדז... -- זי האָט הילפלאָז צעפירט מיט די הענט, מיט פאָרװוּרף א שאָקל געטאָן מיטן קאָפּ און א זאָג געטאָן: --- װאָס קאָן מען מיט אײַך מאכן, אז איר זײַט אזא אקשן!..
און זי האָט אים גענומען בא דער האנט און אוועקגעפירט מיט דער גרינער אליי צו דער קליניק.
28
די טעג, װאָס מאקס איז געלעגן אין דער קליינער פּאלאטע מיטן גרויסן פענצטער, װאָס קוקט ארויס אין געדיכטן סאָד, האָט ער א סאך איבערגעטראכט. ער האָט הונדערט מאָל אָפּגע- ווויגן פרידעס ווערטער. געוויס איז די אָפּעראציע געפערלעך, דאָס פארשטייט ער שוין איצט יאָ. נאָר ער װעט זיך ניט אָפּזאָגן. אזוי האָט ער באשטימט, און אזוי וועט זײַן.
אין דער שטילער, געמיטלעכער פּאלאטע, װוּהין פרידע איז אלע טאָג ארײַנגעקומען מיט ביכער, זשורנאלן, צײַטונגען, בלומען, פרוכטן פאר אים, האָט מאקס זיך געפילט װי אין א גאניידן. אינדערעמעסן, זינט ער לעבט, איז ער נאָך ניט געשלאָפן אף אזעלכע קלאָר-װײַסע לײַ- לעכער, אף אזעלכע קישנס, און קיינער איז ארום אים אזוי ניט ארומגעגאנגען, אפילע די אייגענע מאמע. די שװועסטער און סאניטארקעס האָבן ליב באקומען דעם פּאציִענט, װאָס האָט זיך ניט אופגעהערט וויצלען, דערציילן אויסטערלישע געשיכטעס און יעדן באגעגענען מיט א פריילעכן שמייכל, כאָטש אים איז פאָרגעשטאנען א שווערע אָפּעראציע. און מאקס האָט ניט געװוּסט, וויאזוי װעט ער זי אלעמען אָפּצאָלן פאר זייער גוט הארץ, פאר אלץ, װאָס זיי טוען פאר אים,
פנדלעך איז געקומען די צײַט, ווען מע האָט פארענדיקט אלע צוגרייטונגען צו דער אָפּץ- ראציע און מע האָט אים גענומען אפן טיש, אף יענעם זעלבן טיש, בא וועלכן ער פלעגט ערשט ניט לאנג שטיין און קוקן, וי מע אָפּערירט אנדערע.
זאָגן, אז אים איז געװאָרן גאָר פריילעך אפן הארצן, קאָן מען ניט, װײַל דאָס װאָלט געווען א גרויסער ליגן,
ארום אים האָבן שוין געקישעפט דאָקטױירים און שװועסטער. דער פּראָפּעסאָר און פרידע זײַנען געווען שטרענג, האָבן ניט געקוקט אף אים, וי זיי זאָלן האָבן צו טאָן מיט גאָר אן אומבא- קאנטן מענטשן, זיך פון מאָל צו מאָל איבערגעװאָרפן מיט א װאָרט. ווען מע האָט מאקסן גענומען צובינדן צום טיש, האָט ער א זאָג געטאָן.
-- היי, שוועסטערלעך, פייגעלעך, װאָס טוט איר? פארװאָס בינדט איר מיך? איך קלײַב זיך דאָך ניט אנטלויפן...
אלע האָבן זיך צעלאכט.
-- דאָ וויצלט ער זיך נאָך אויך!.. -- האָט פרידע א שעפּטשע געטאָן.
עריך שטוטבאך האָט א שאָקל געטאָן מיטן קאָפּ, א שמייכל געטאָן, קוקנדיק, װי עס װוירקט אפן פּאציִענט דער נארקאָטיק, װאָס מע האָט אים אײַנגעגעבן:
-- איצט, ארטיסט, ווען דו ווילסט אפילע, װעסטו שוין פון אונדז ניט אנטלויפן... -- איז עריך שטוטבאך געװאָרן באריידעוודיקער, װי געוויינלעך, װען ער טרעט צו צו א שװערער אָפּעראציע און דארף בארויקן דעם קראנקן. -- איצט וװעלן מיר זען, צי דו קאָנסט זיך גוט פירן, ליגן רויִק. די שװועסטער האָבן אלץ געטאָן, עס זאָל דיר ניט וויי טאָן... וועסט אפילע ניט פיל און אלץ װעט זײַן גוט. די פיס דיינע װעלן זײַן װי די סטרונעס... דער דאָקטער פרידע און איך, מיר װועלן שוין זען, עס זאָל אלץ זײַן אין אָרדענונג... טאָמער װעט א ביסל וויי טאָן, איז אויך ניט שרעקלעך. דערפאר װעסטו אינגיכן קאָנען אָנקומען אין טעאטער, שפּילן אף דער בינע. נאָר זעי זאָלסט ניט פארגעסן אונדז אײַנלאדן אפן ערשטן ספּעקטאקל,
פרידע האָט פאריכט אף מאקס' מויל די מאסקע, און, זעענדיק, אז דער באָכער װוערט מיט יעדער מינוט אלץ בלאסער, האָט זי געזאָגט:
--- רויִקער... ליגט רויק... די אָפּעראציע װעט דויערן ניט לאנג... עס װעט ניט וי טאָן. אלץ װועט זײַן גוט... איר האָט דאָך ניט מוירע, איר זײַט דאָך א דרייסטער, עמעסל..
אינגיכן איז געװאָרן שטיל. אלעמענס בליקן זײַנען געווען געװוענדט אפן אָנגעשטרענגטן פּאָנעם פונעם פּראָפּעסאָר, אף מאקס' בלאסע ליפּן.
עריך שטוטבאך האָט געווארט. ער האָט באמערקט, אז פרידע איז אומרויק. קעדיי אָפּװוענדן זי פון די שווערע געדאנקען, האָט ער שטיל גענומען דערציילן, ויאזוי ער האָט אפן פראָנט געדארפט אָפּערירן א זעלנער, װאָס איז געווען אמאָל אן אָפּערעטן-ארטיסט, און ויאזוי יענער איז אראָפּגעשפּרונגען פון טיש און אנטלאָפן, דערזעענדיק, אז דער דאָקטער האָט געגומען דעם סקאלפּעל. די ארומיקע האָבן העפלעך געשמייכלט, נאָר פרידע איז געבליבן ערנסט. זי האָט איצט ניט געקאָנט טראכטן וועגן זײַטיקע זאכן.
מאקס איז געלעגן מיט פארמאכטע אויגן. און ווען אלע האָבן שוין געמיינט, אז ער איז אײַג- געשלאָפן און מע קאָן אָנהייבן אָפּערירן, האָט ער זיך פּלוצעם א. דריי געטאָן און אופגעעפנט די אויגן. א שמייכל האָט א שײין געטאָן אף זײַנע ליפּן. עריך שטוטבאך איז דערציטערט געװאָרן:
-- אינגאנצן ניט קיין נאָרמאלער פּאציִענט!.. -- האָט ער א זאָג געטאָן און געהייסן א נאָך אן אײַנשפּריצונג און בעסער אים צובינדן.
פרידע האָט אליין גענומען דעם שפּריץ.
59
מאקס האָט זיך עטװאָס פארקרימט, קוקנדיק אף איר. דער קאָפּ האָט זיך א ביסל פארדרייט, פּונקט װי אין יענעם טאָג, ווען ער האָט אויסגעטרונקען בא זיגפריד ליינארדן דעם שטארקן װײַן. --- זאָג מיר נאָר, טײַערער, -- האָט זיך אָנגערופן עריך שטוטבאך און זיך ר פארנייגט איבער דעם קראנקן, --- וויבאלד דו קלײַבסט זיך שפּילן אף דער בינע אָטעלאָ, קענסטו געוויס אף אױסװייניק אייניקע מאָנאָלאָגן? צי װאָלסטו ניט געקאָנט אונדז עפּעס פארפיישנעה עס זאָל ניט זײַן אזוי אומעטיק? דאָקטער פרידע האָט שטארק ליב רעציטאציעס, פּאָעזיע... מיר דוכט, זי האָט אליין אמאָל געשריבן לידער, נאָר איז געװאָרן, װי דו זעסט, א כירורג... מאקס האָט געלייענט, ציִענדיק די ווערטער. עס איז אים אלץ שווערער געװאָרן עפענען דאָס מויל. ער האָט זיך געסטארעט ארויסברענגען דײַטלעך יעדעס װאָרט, נאָר אין א פּאָר מינוט ארום האָט זיך דער מאָנאָלאָג איבערגעריסן. מאקס איז אנשלאָפן געװאָרן. א געדיכטער שוייס האָט געבלישטשעט אף זײַן הויכן ריינעם שטערן.
די אָפּעראציע האָט געדויערט היפּשע עטלעכע שאָ..
איין מאָל האָט מאקס אופגעריסן די אויגן און מיט א פארנעפלטן בליק זיך ארומגעקוקט, ניט פארשטייענדיק, װוּ ער געפינט זיך און װאָס מיט אים קומט פאָר. װי אין א שװוערן נעפּל האָט ער געזען עריך שטוטבאכן און פרידען אין ווייסע כאלאטן.
א טײַערער, וויפל צײַט איז שוין אוועק, זינט די מענטשן שטייען ארום אים? ער פילט, אז דער גאנצער קערפּער איז איין גרויסע װוּנד. מע האָט אים גלײַך געגעבן עפּעס א שמעק טאָן און ער איז ווידער פארזונקען אין א טיפן שלאָף.
וען ער האָט זיך אופגעכאפט, האָט ער דערזען די װײַסע ווענט פון זײַן פּאלאטע. ער איז געלעגן בא זיך אפן בעטל, דער רעכטער פוס, אן איבערגעבונדענער, איין גרויסער װײַסער קנויל, איז געלעגן מאכטלאָז אפן קישן.
--- װאָס איז דאָס, הער פּראָפּעסאָר?;-- האָט ער קוים ארויסגעבראכט, װײַזנדיק מיט די אויגן אפן װײַסן קנויל.
== עריא אלץ װועט זײַן גוט... -- האָט זיך שטוטבאך אָנגעבויגן צו מאקסן. -- אף הײַנט וועט זײַן גענוג -- א דאנק. .. -- האָט געזאָגט מאקס. --- נאָר פארװאָס נאָר איין פוס? און דער צוייטער?
איבער דעם פּראָפּעסאָרס מידן פּאָנעם האָט דורכגעשוועבט א שמייכל.
-- אָהאָ! לאַזט זיך אויס, ס'איז אים גאָר געפעלן געװאָרן! דו ווייסט, מײַן טײַערער, דיר װאָלט מען געדארפט ארויסגעבן א מעדאל פאר געוואגטקײַט... וועסט זיך אָפּרוען, ועלן מיר זיך נעמען פארן צווייטן... אויב מיר האָבן אָנגעהױבן, װעלן מיר שוין דערפירן די זאך ביזן סאָף. דארפסט זיך ניט זאַרגן דערפאר. עס װעט נאָך זײַן גענוג ארבעט... -- מיט די ווערטער איז דער פּראָפּעסאָר ארויס פון דער פאלאטע.
איצט, אז מאקס איז געבליבן אליין, האָט ער זיך געקאָ נט נאָכגעבן. דאָס פּאָנעם האָט זיך אויסגעקרימט פאר ווייטעק. דער קאָפּ האָט זיך געדרייט. א קרעכץ האָט זיך ארויסגעריסן פון די בלאסע ליפּן. און דער ווייטעק האָט זיך אלץ געשטארקט...
עס האָבן זיך געצויגן שווערע, אָנגעשטרענגטע טעג און כאדאָשים, װוען מאקס האָט זיך געפונען צװוישן לעבן און טויט. ער איז געווען אויסגעשעפּט, מיד. נאָר ניט װייניקער, דוכט זיך, זייַנען געווען פארמאטערט פרידע און עריך שטוטבאך.
וויפל מאָל פאר דער צײַט איז מאקסן אויסגעקומען ליגן אפן אָפּעראציע-טיש, וויפל מאָל מע האָט אים װוידער און װוידער אָפּערירט, געדענקט ער שוין אליין ניט. נאָר דאָך איז געקומען די צײַט, ווען מע האָט געקאָנט האלטן, אז ער איז אויסער געפאר.
וי נאָר אים איז געװאָרן בעסער, האָט ער זיך צוגעכאפּט צום לייענען. באזאָרגט מיט ביכער האָט אים פרידע. אינגיכן איז זײַן פּאלאטע געװאָרן א פיליאל פון אלע שטאָטישע ביבליאָטעקן.
מאקס האָט אײַנגעאקשנט געלייענט, זיך געלערנט, ניט טראכטנדיק וועגן דער לאגע, אין וועלכער ער האָט זיך געפונען. דאָ, אין דער קליינער פאלאטע, האָט ער געװאָלט אָניאָגן דאָס, װאָס ער האָט ניט באוויזן אין זײַנע קינדער- און יוגנט-יאָרן.
אזוי האָט ער זיך געגרייט צו דער צווייטער באגעגעניש מיט זיגפריד ליינארדן...
די צײַט איז געגאנגען לאנגזאם, נאָר מאקסן האָט דאָס ניט געארט. ער האָט ניט געפּאטערט קיין איבעריקע שאָ אף פוסטע זאכן. ער האָט געלערנט אויסוייניק און דעקלאמירט גאנצע מאָנאָלאָגן פון שעקספּירן, שילערן, טשעכאָוון, גאָרקין. צומאָל פלעגט ער פארגעסן, װוּ ער גע- פינט זיך, און דאן פלעגט אָטעלאָס לייבן-שטים צעבויטען די שטילקײַט פון די קאָרידאָרן. צום ערשטן מאָל, האָט זיך געוויצלט דער פּראָפּעסאָר, מאכט דאָ א פּאציִענט אזעלכע קוילעס ניט פון
25 30
ווייטעק, נאָר פון אייפער. אלע זײַנען דערצו געוווינט געװאָרן, אפילע די כאלאָיִם פון די שכיי- נישע פאלאטעס. דעם עמעס געזאָגט, איז זיי שוין א ביסל געפעלן געװאָרן דער אומזיסטער טעאטער. מע פלעגט בעטן עפענען די טירן, קעדיי בעסער צו הערן. אן אנדער שווער קראנקער פלעגט אפילע פארגעסן אין זײַנע ליידן, ווען ער פלעגט הערן, ויאזוי עס מאטערט זיך דער דענישער פּרינץ האמלעט דערפון, װאָס די וועלט איז אזוי שלעכט אײַנגעאָרדנט און ס'איז אזויפיל געמײינהייַט פאראן אין לעבן.
די בעסטע מינוטן בא מאקסן זײַנען געווען, ווען צו אים פלעגט אריינקומען פרידע און דער- ציילן, װאָס עס הערט זיך אף דער וועלט, פארברענגען מיט אים, לאכן, שטיפן. ער האָט אויך ליב געהאט, ווען די שוועסטער פלעגן זיך צו אים ארײַנכאפן און, שטיקנדיק זיך פון געלעכטער, דערציילן וועגן עלזע קריץ. דער פעטער אירער, לאָזט זיך אויס, האָט טאקע אָפּגעגעבן גאָט די נעשאָמע און די קליפּע האָט אים געבראכט צו קװוּרע, װי עס פּאסט פאר א געוועזענעם סויכער, נאָר ווען עס איז געקומען צו טיילן די יערושע, צו דער צאװאָע, האָט זיך אױיסגעלאָזט, אז איר, עלזע קריץ, האָט ער איבערגעלאָזט דעם געלן מאָפּס. די גאנצע גאס האָט זיך געקײַקלט פאר געלעכטער...
אין איינעם א פרימאָרגן, בייס עריך שטוטבאך מיט זיינע אסיסטענטן איז ארומגעגאנגען איבער די פּאלאטעס און באטראכט די קראנקע, האָט ער זיך לענגער, וי געוויינלעך, פארהאלטן בא מאקסן. דער פראָפּעסאָר האָט אופמערקזאם באטראכט זײַן פּאציִענט, ער האָט א קוק געטאָן אנטקעגן דער שײַן אפן לעצטן רענטגען, א לייען געטאָן די אנאליזן און א גוטברודערישן קלאפּ געטאָן מאקסן איבער דער פּלײצע:
--- נו, מײַן פרײַנט, איצט קאָן איך דיר שוין זיכער זאָגן, אז דו ביסט אפן פערד... צוריק מיט א דריי-פיר װאָכן װאָלט איך דאָס ניט געזאָגט. איך האָב געמיינט, אז דו וועסט פארבלייַבן א קאליקע... און איצט קאָן איך זאָגן: אינגיכן װעלן ניט בלויז אקטיאָרן --- באלערינעס וועלן דיר מעקאנע זײַן אף דײיַנע פיס... איך בין צופרידן, מאקס. איך על נאָך באשרײַבן אין אן ארטיקל די אָפעראציע, און איידער דו װועסט ווערן א וועלט-בארימטער אקטיאָר, װועסטו זײַן דער וועלט- בארימטער פּאציִענט פון עריך שטוטבאכן...
און אָט איז שוין מאקס געשטאנען אין פּאלאטע, װי א גאסט, און זיך ארומגעקוקט אין אלע זײַטן. צי דען איז ער דאָ אָפּגעלעגן א גאנץ יאָר? אפן הארצן איז געווען אי גוט, אי א ביסל אומרויִק. אָט גייט ער ארויס אין דער גרויסער וועלט, פון וועלכער ער האָט זיך שוין פאר דעם יאָר צײַט אָפּגעװוינט. ער האָט געװוּסט, געלייענט אין די צײַטונגען, וועלכע פרידע פלעגט אים ברענגען, אז הינטער די ווענט פון דער קליניק קומט עפּעס פאָר, עפּעס שרעקלעכס און אומפאר- שטענדלעכס. אין די שענקען און ביר-הײַזער רײַסן ווילדע ברויִם אין ברוינע העמדלעך די גאָרג- לען, שרײיען, אז ווען ייִדןדבלוט פון מעסער טריפט, איז זיי ערשט דעמלט גוט און פריילעך, אז דײַטשלאנד דארף זײַן באלעבאָס איבער דער גאנצער וועלט און אז װוער ס'איז קיין אריער ניט, דארף אָדער פארניכטעט וערן אָדער ווערן א שקלאף. מאקס, דער באָכער פון קאָוואליווקע, האָט עס אי ניט געקאָנט טויפעס זײַן אי ניט געקאָנט זיך אליין דערקלערן, פונוואנען שטאמט אזא װילדקײַט. ס'איז א באנדע אױיסװוּרפן, האָט ער זיך געטרייסט, ניט מער װי א באנדע. אָט זעט ער דאָך ארום זיך אזויפיל גוטע און הארציקע מענטשן. קאָלזמאן אזעלכע מענטשן לעבן, װאָס קאָן געשען? עלזע קריץ איז טאקע ביטער װי א ביטערע ציבעלע, האָט פּײַנט אים, פרידען שטוטבאכן, אלע מענטשן, די גאנצע וועלט. זי װעט געפינען צו זיך נאָך ניט איין אױיסװוּרף אזא. איז װאָס? דײַטשלאנד איז דאָך ניט קיין מידבער. װער װעט עס לאָזן אזא בינטל מעשוגאָיִם פארנעמען דעם אױבנאָן? עס שלאָגט צו דער גאל פון זייערע ;טעאָריעס". נו, כ'בעט אײַך, א קלאָרער מענטש קאָן אין דעם גלייבן?
מאקס האָט זיך גענומען געזעגענען מיטן אוילעם, דערנאָך צוגעגאנגען צו עריך שטוטבאכן און נידעריק פארנייגט פאר אים דעם קאָפּ:
-- א גרויסן דאנק אײַך, הער פּראָפּעסאָר. איר האָט אלעמאָל געזאָגט, אז איך בין א פּלױ- דערזאק. און איצט ווייס איך ניט, װאָס איך זאָל זאָגן אזוינס, איר זאָלט פארשטיין, וי דאנקבאר איך בין אײַך. איך שטעל זיך גאָר ניט פאָר, מיט װאָס װעל איך אײַך אָפּצאָלן פאר אלץ, װאָס איר האָט געטאָן פאר מיר...
--- מיט װאָס װועסטו מיר אָפּצאָלן? נו, מיט װאָס ועסטו מיר קענען אָפּצאָלן? נאָר מיט איין זאך, מיײַן פרײַנט, דארפסט ווערן א בארימטער אקטיאָר... -- ער האָט געװאָלט נאָך עפּעס זאָגן, נאָר בלויז א מאך געטאָן מיט דער האנט.
1
זעט נאָר, װאָס עס מאכט זיך אמאָל אין לעבן. געקומען א באָכער, מאמעש מיט א מעטער צום האלדז צוגעשטאנען, מע זאָל אים, הערט נאָר, הערט, אױסגלײַכן די פיס... ווען עמעצער װאָלט אמאָל געזאָגט דעם פּראָפּעסאָר, אז ער װעט מאסקים זײַן צו מאכן אזא אָפּעראציע, װאָלט ער אף יענעם געקוקט װי אף א מעשוגענעם. און איצט, ווען דער דאָזיקער ,ווילדער" פּאציִענט, װי עֶר האָט דאָ בא אלעמען געהייסן, גייט א געזונטער, א גאנצער ארויס פון קליניק, האָט בא שטוט- באכן אזוי פארקלעמט אין האלדז, אז ער קאָן קיין איין װאָרט פאר די ליפן ניט ברענגען. ער האָט נאָר ארומגעכאפּט דעם באָכער און --- דער הימל איז שוין מיסטאמע בא דער ערד, אויב מיטן פּראָפּעסאָר שטוטבאך האָט אזוינס געקאָנט פּאסירן---האָט זיך צעקושט מיט אים. אלע זײַנען געבליבן געפּלעפטע. אזא זאך, עריך שטוטבאך קושט זיך מיט א פּאציִענט!..
פרידע איז געשטאנען בא דער זײַט און שװייגנדיק נאָכגעשפּירט, װוי דער פּראָפּעסאָר זעגנט זיך מיט זײַן פּאציִענט. באלד װעט, זעט אויס, קומען איר ריי. און איר גלוסט זיך אזוי ניט שיידן
' זיך מיט אים. איר האָט זיך ניט געװאָלט זעגענען מיט אים פאר אלעמען אין די אויגן. פונקט
הײַנט האָט זי נאָך אזויפיל צו זאָגן מאקסן, נאָר קיינער דארף עס ניט הערן, כוץ אים.
אָט האָט שוין עריך שטוטבאך באפרײַט מאקסן פון זייַנע אָרעמס, אים גוטברודעריש א קלאפּ געטאָן איבער דער פּלײצע. אין דער באגלייטונג פון א רוישיקן אוילעם האָט מאקס זיך געלאָזט צום ארויסגאנג. צוקומענדיק צו עלזעס טישל, האָט מאקס א גנייווישן קוק געטאָן אף איר, אף אלע ארומיקע און מיט א געבראָכן קאָל זיך אָנגערופן:
-- נו, שוועסטער עלזע! הייסט עס, מיר שיידן זיך מיט אײַך? איך מיין, אז איר װעט נאָך מיר בענקען, פּונקט אזוי, װוי איך נאָך אײַך?,.
זי האָט זיך פארקרימט, נאָר אלע ארום האָבן אזוי פריילעך געלאכט, אז זי האָט אויך ג
פּרוּווט אויסקווצטשן פון זיך א גאליק געלעכטערל.
=
דערזען אף איר לאנגן פאָנעם מיט די אײַנגעפאלענע געפארבטע באקן א סימען פון א שמיי- כעלע, האָט זיך מאקס קלוימערשט שטארק דערפרייט: -- סארא פּראָגרעס, צום ערשטן מאָל פאר א גאנץ יאָר האָט עלזע קריץ א שמייכל געטאָף מע דארף דאָס פארשרייבן אין דער געשיכטע פון דער קליניק! עלזעס פּאָנעם איז גלײַך פארשטיינערט געװאָרן. זי האָט עפּ האסטיק אָפּגעקערט פון דעם לעץ.
מאקס האָט צװוישן אוילעם א זוך געטאָן מיטן בליק פרידען. דערזען זי, איז ער צוגעגאנגען
עס א בורטשע געטאָן און זיך
צום ערשטן מאָל דערזען די וועלט. קוױידעמקאָל פרידע, פרידע אָן דעם װײַסן כאלאט, אָן דעם װײַסן היטעלע אפן קאָפּ. אָט דאָס שלאנק, שיין מיידל אין דעם לײַכטן קליידל, מיט דעם קאָפּ גאָלדענע האָר, אין וועלכע עס האָט זיך פארגאנוועט א זונען-שטראל, ציטערט דאָרט און קאָן זיך צוריק ניט ארױיסרײַסן, -- ניט שוין זשע איז דאָס די זעלבע פרידע, װאָס האָט אזויפיל געהאט צו טאָן מיט זײַנע קרומע פיס, זיי געשניטן און געשטוקעוועט? צי װײַזט זיך עס אים אויס, צי קוקט זי טאקע אינדערעמעסן אף אים מיט אזויפיל ליבע און טרויער אין די אויגן? עפשער דער- פאר, װײַל ער אין זײַן אלטן רעקל, מיטן קאָלאָמײער קאשקעט זעט אויס שטארק אָפּגעבליאקע- וועט? ניין, ניט אין דעם גייט עס. איז װאָס? עט, ס'איז איצט ניט די צײַט וועגן דעם צו טראכטן. ער גייט אף א פּאָר געזונטע שלאנקע פיס, פרידע איז מיט אים, װאָס דארף ער נאָך.
ער האָט זי גענומען אונטער דער האנט און װי אין א טײַך ארײַן זיך ארײַנגעװאָרפן אין די ברויזנדיקע, טומלדיקע בערלינער גאסן.
זי זײַנען געגאנגען נאָענט צוגעטוליעט איינער צום צווייטן און געשוויגן. ביידן איז געווען גוט און ביידע האָבן זיך געפילט גליקלעך, כאָטש װאָס איז אזוי גרויס די סימכע, האָבן זיי אליין ניט געװוּסט.
מאקס האָט אָנגעהויבן אונטערברומען א באקאנטן ניגן און דערנאָך ווידער אנשוויגן געװאָרן. אָבער איצט איז דאָס שוין געװען גאָר אן אנדער מין שװײַגן. פּלוצעם, געכאפּט עמעצנס א קרומען בליק אף זיך, האָט מאקס א טראכט געטאָן: װוּהין שלעפּט ער נאָך זיך דאָס מיידל? ער אליין װייסט דאָך ניט, װוּ ער האלט אין דער וועלט. נו, לאָמיר זאָגן, ער גייט צו ליינארדן. אָבער װאָס װעט זאָגן ליינארד? פיס זײַנען בא אים, בא מאקסן, טאקע װי די סטרונעס. אָבער צי װעט איצט ליינארד ניט געפינען, אז בא אים איז ניטאָ גענוג טאלאנט צו ווערן א שוישפּילער... ערשט איצט איז מאקסן אײַנגעפאלן, אז ליינארד האָט פּאָשעט ניט געװוּסט, װי פּאָטער צו װערן פון דעם אײַנגעגעסענעם באזוכער, האָט ער. זיך צוגעטשעפּעט צו זײַנע פיס.
דאָס איז געווען אזא שרעקלעכער געדאנק, אז מאקס האָט זיך אף א רעגע אָפּנעשטעלט. פארװאָס איז עס אים פריִער ניט געקומען אין זינען? און אז עס װאָלט אים יאָ געקומען איז
9-49 2
װאָס? ער װאָלט דען זיך אָפּגעזאָגט פון דעם איינציקן שאנס, װאָס ליינארד האָט אים צוגעװאָרפן? ער, מאקס, ווייסט דאָך, אז ער האָט טאלאנט, און ליינארד װעט אים איצט מוזן אויסהערן, ער װיל, צי ער וויל ניט. מיט אזעלכע זאכן שפּאסט מען ניט.
פרידע האָט געפילט, אז עפּעס דריקט מאקסן. פרעגן װאָס, האָט זי ניט געװאָלט. עס װעט קומען די צײַט, װעט ער אליין דערציילן. האָט מען געשויגן. דער אומרו, װאָס האָט ארומ- געכאפּט מאקסן, די שרעק פאר דער באגעגעניש מיט ליינארדן האָט זיך איבערגעגעבן פרידען, און אינגיכן איז שוין, קוקנדיק אף ביידן, שווער געווען צו זאָגן, וער איז אומרויִקער -- זי צי 4
זי האָט פון אים ניט אראָפּגענומען דעם בליק. זי האָט ערשט איצט דערזען, װי בלאס ע איז. מע זעט, אז ער איז אָקאָרשט ארויס פון א שפּיטאָל נאָך א געפערלעכער קרענק. אין יס האָט זי עס גאָר ניט באמערקט. ס'האָט זי איצט געקימערט, װאָס ער איז אזוי שלעכט אָנגעטאָן. זי האָט זיך א בייזער געטאָן אף זיך אליין, לעמײַ זי האָט אים ניט געצװוּנגען זיך איבערטאָן אין דעם נײַעם אָנצוג, וועלכן זי האָט פאר אים געקויפט. נאָר איצט איז שוין אלציינס צו שפּעט. ערצו נאָך איז ער אזא גרויסער אקשן, אז זי װאָלט בא אים סײַװי ניט געפּױעלט. ער האָט געװאָלט קומען צו ליינארדן פּונקט אזא, װי ער איז געווען דאָס ערשטע מאָל, איז זאָל זײַן אזוי.
אָט איז שוין דער ראָג, װוּ זי דארפן זיך שיידן. דאָ שטעלט זיך אָפּ דער אװטאָבוס, װאָס װעט אָפּפּירן מאקסן צו ליינארדס ווילע.
מאקס האָט זיך אָפּגעשטעלט און איר אויסגעשטרעקט די האנט. פרידע האָט פארװוּנדערט אף אים א קוק געטאָן און נאָך א קורצער פּאוזע געזאָגט:
-- איך פאָר מיט דיר..
א גליקלעכער ית עטװאָס דערשראָקענער שמייכל האָט באשײַנט זײַן פּאָנעם.
-- װאָס רעדסטו... װאָס הייסט, דו פאָרסט מיט מיר צו ליינארדן?
-- איך ווייס, אז דו וועסט זיך שעמען דערציילן אלץ... -- האָט זי א זאָג געטאָן. -- און איך װעל זיך ניט שעמען!.. :5 װעט ניט וואגן דיר אָפּזאָגן... ער האָט קיין רעכט ניט... דו האָסט ז יד אזויפיל געמאטערט... דו... איך װעל אים בעטן...
-- װאָס? בע א געװאָרן אויסער-זיך דער באָכער. -- איך קלײַב זיך בא אים ניט
-- נארישער... נאָר דו ווייסט ניט, טײַערער, ויאזוי מענטשן זײַנען געװאָרן שלעכט. אָט איז בא אונדז עלזע קריץ... דו שטעלסט זיך דען פאָר, וי זי האָט זיך געביטן? וי זיכער זי איז בא זיך געװאָרן?
-- װאָס זשע, דו װילסט פארגלײַיכן א טײַװל אין א קלייד, א גאָרנישט, א קליין מענטשעלע מיט א פויגלשן מויעך, א פארזעעניש, װאָס איז אין קאס אף דער גאנצער װעלט, לעמײַ זי איז געבאָרן געװאָרן א קריפט,. אזעלכס ווילסטו פארגלײַכן מיט ליינארדן? זיגפריד טאָר ניט זײַן אזא!..
-- איך פארשטיי עס גוט, מאקס, טײַערינקער מײַנער. א גאנץ יאָר ביסטו געווען אע פון דער וועלט און ווייסט ניט, װאָס ס'איז פאר דעם יאָר געשען... אין לאנד קומט פאָר עפּעס אזוינס, װאָס לייגט זיך ניט אפן זינען... עפּעס א מאגייפע... עס טראָגן זיך אזעלכע קלאנגען... צו דער מאכט רײַסן זיך אָט די, מיט די האקנקרייצן... דאָס איז ניט צו דערקלערן. בא מיר איז זייער א שװוערער פאָרגעפיל...
-- פאר מעשוגאָיִם זײַנען דאָך פאראן מעשוגאָיִם-הײַזער... װאָס פאר א שײַכעס קאָן עס אלץ האָבן צו ליינארדן?..
ער האָט דערזען זײַן אוטאָבוס, זיך א װאָרף געטאָן צו אים:
-- אדיע, פרידע! איך װעל דיר אָנקלינגען...
-- איך װעל פאָרן מיט דיר!--- האָט זי אים מיט איין שפּרונג דעריאָגט. ---אויב דיר איז ניט באקוועם, איך זאָל מיט דיר ארײַנגיין צו ליינארדן, װעל איך ווארטן אפן ראָג... דו פאר- שטייסט, איך על אלציינס ניט זײַן רויִק,. ביז איך װעל זיך ניט דערוויסן, װאָס ער האָט דיר גע- זאָגט... איך װעל אָנקלינגען אין קליניק, זאָגן, אז איך פארהאלט זיך... אין א פּאָר רעגעס ארום האָבן זיי זיך ארײַנגעשטויסן אין אן איבערגעפולטן אװטאָבוס.
מיט אן אומרויק קלאפּנדיק הארץ איז מאקס צוגעגאנגען צו דער באקענטער קאליטקע. ע האָט זיך אָפּגעשטעלט, ניט וואגנדיק אָנקלינגען. א גאנץ יאָר איז ער דאָ ניט געווען. פּונקט 1 הויך איז דאן געהאנגען איבערן קאָפּ די זון. עפשער זיצן ווידער באם באלעבאָס פון דער וילע געסט, קאָלעגן און מע עסט פרישטיק, גלײַך װי פאר דעם יאָר האָט זיך גאָרנישט ניט געענדערט.
ער האָט אומזיכער אָנגעקלאפּט אין דער קאליטקע. איין מאָל... א צווייטן. קיינער גייט ניט
8
צו. װוּ זשע איז שולץ, דער שטרענגער און פריילעכער שולץ? מאקס האָט א שטויס געטאָן די קאליטקע. זי האָט זיך געעפנט. ער האָט זיך געלאָזט מיט דער ברייטער אליי צו דער ווילע.
מאקס איז א רעגע געשטאנען באם ארײַנגאנג און ניט געוואגט עפענען די טיר. פּלוצעם האָט ער דורך אן אָפענעם פענצטער דערהערט א בארויגעזע שטים. ער װאָלט זי דערקענט פון טויזנטער. ליינארד האָט אף עמעצן זיך געבייזערט, געשריִען, הײַנט װוי געשריִען, מאמעש ארויס פון די קיילים. ער איז, זעט אויס, הײַנט אין א שלעכטער שטימונג. איז עפשער נישטאָ װאָס צו גיין צו אים? הער נאָר, װי ער שרײַט!
מאקס האָט ניט געװוּסט, װאָס ער זאָל טאָן. יאָ, געוויס, ניט אין קיין גוטער שאָ איז ער אהער געקומען! מע װעט שוין מוזן ארײַנגיין א צווייט מאָל...
אין עטלעכע מינוט ארום האָט די טיר קע און פון די טרעפּ זײַנען אראָפּגעפלױגן צוויי מאנצבלען מיט רויטע צעפאליעטע פּענעמער
אין גאסט-צימער האָט עטלעכע מינוט געהערשט א מאָדנע שטילקײַט. מאקס האָט זיך פאָר- זיכטיק אופגעהויבן אף די טרעפּ. אין ערשטן צימער איז קיינער ניט געווען. ער האָט ארײַנ- געקוקט דורך דער אָפענער טיר אין עסצימער און דערזען, וי ליינארד שפאנט ארום אן אופגע- בראכטער; באם טיש -- הערן און דאמען, דוכט זיך, די זעלבע, וועלכע ער האָט דאָ געטראָפן פאראיאָרן אין דער צײַט... זיגפריד ליינארד האָט זיך אָפּגעשטעלט און זיך געווענדט צו זײַנע קאָלעגן: -- פארװאָס האָט איר אלע געשויגן, ווען איך האָב געזאָגט די צויי אינטריגאנעס און פּראָװאָקאטאָרן, װאָס איך טראכט וועגן זײי? איר האָט זיךף דע אריער"? װער זײַנען זיי?! טאלאנטלאָזיקײַטן, וועלכע איך האָב ניט דורכגעטריבן פון טעאטער צוריק מיט צען יאָר נאָר דערפאר, װײַל איך האָב ראכמאָנעס געהאט אף זייערע פרויען און קינדער. אָבער מער װעל איך אין טעאטער ניט דולדן אזעלכע. דער טעאטער איז דאָך ניט קיין שענק און ניט קיין ביר-הויז, װוּ מע קאָן שרײַען וועגן דער מיסיע פון דער נאָרדישער ראסע, וועגן דעם, אז די גאנצע וועלט דארף שטיין אף די קני פאר דײַטשלאנד. איך האָב עס זיי אָפן געזאָגט. פארװאָס זשע האָט איר געשוויגן? איר, בארימטע אקטיאָרן!.. װוער זײַט איר און װער זײַנען זיי? וועלן מיר זיי, הייסט עס, דערלויבן טאָן זייער נידערטרעכטיקע ארבעט און שװײַגן? ;געוויס ניט צו דער צײַט זיך ארײַנגעשטעלט..." -- האָט ווידער א טראכט געטאָן מאקס און שוין געװאָלט ארויס אף דער גאס, נאָר ניט פאָרזיכטיק זיך א קער געטאָן, פארטשעפּעט מיטן עלנבויגן א וואזע, זי איז געפאלן און זיך צעבראָכן. -- ווער איז דאָרט? זיי זײַנען נאָך ניט אוועק? אנו, קומט ארײיַן! מאקס איז א דערציטערטער געװאָרן, קוקנדיק אף די שערבלעך אונטער די פיס. איצט האָט ער שוין אינגאנצן ניט געװוּסט, װאָס ער האָט צו טאָן. ער איז לת ניט רירנדיק זיך פון אָרט, נאָר ווען ער האָט װידער דערהערט זיגפרידס דראָענדיקע שטים, איז ער ניט דרייסט אריינגעגאנגען אין צימער. זיגפריד ליינארד האָט אָפּגעמאָסטן פון קאָפּ ביז די פיס דעם מאָדנעם באזוכער, א קנייטש געטאָן מיט די אקסלען און עמעצן א זוך געטאָן מיט די אויגן: -- עפּעס א מעשוגענער טאָג הײַנט!.. װוּ איז עמיל שולץ? איך האָב דאָך באפוילן קיינעם ניט ארייַנלאָזן צו מיר. װאָס איז דאָס?.. ער איז צוגעגאנגען נעענטער, זיך אײַנגעקוקט אינעם פּארשוין מיט זײַנע קלוגע אויגן און א זאָג געטאָן: -- נו, װאָס האַט איר געװאָלט? איך בין פארנומען... -- איך בין געקומען מעלדן, הער ליינארד, אז בא מיר איז אלץ אין אָרדענונג...--- האָט, פארהיקענדיק זיך פון שרעק, זיך אָנגערופן מאקס. -- איך בין גליקלעך, װאָס בא אײַך איז אלץ אין אָרדענונג:-- האָט א װאָרף געטאָן ליינארד, שפּאנענדיק װידער איבער דעם געראמען צימער לענגויס דעם טיש -- און בא מיר, יונגערמאן, איז אלץ אין אומאָרדענונג. איך קאָן אײַך בלויז מעקאנע זײַן, װאָס בא אײַך איז אלץ אין אָרדענונג... א דאנק פאר דער מיטיילונג... אָבער איך בין איצט פארנומען, איר זעט אליין. קיין פרײַע מינוט ניטאָ... װוּ איז אהינגעקומען שולץ? איך האָב דאָך אים באפוילן... -- אנטשולדיקט, הער ליינארד... -- האָט אים מיט ווירדע איבערגעשלאָגן מאקס. -- איך בין געקומען צו אײַך בעטן, איר זאָלט מיך אופמערקזאם אויסהערן... איך האָב א גאנץ יאָר געווארט אף דער הײַנטיקער באגעגעניש מיט אײַך, בא מיר איז הײַנט א גרויסע פרייד... ליינארד, א דערשטוינטער, האָט אופמערקזאם א קוק געטאָן אף דעם שלעפּער, װאָס דער- לויבט זיך צו ריידן מיט אזא טאָן:
רשראָקן פאר די פּאָר ,ריינע
4
-- בא אײַך איז א גרויסע פרייד? נו, דאָס, מײַן הער, האָב איך ניט געװוּסט. װאָס זשע איז בא אײַך געשען? א קינד געבאָרן געװאָרן, און איר ווילט עטלעכע מארק אף א מאטאָנע? נו, זאָגט גיכער, איך האָב קיין צײַט ניט!
מאקס איז אופגערעגט געװאָרן:
--- איך בין ניט קיין בעטלער, הער ליינארד, איך האָב דאָס שוין איין מאָל אײַך געזאָגט!-- האָט ער אים ווידער איבערגעשלאָגן. -- װאָס זשע, איר געדענקט מיך ניט? פאראיאָרן אין דער צײַט בין איך געווען בא אײַך, און איר האָט מיר געזאָגט, אז איך װעל קאָנען אָנקומען צו אײַך אין טעאטער, אויב איך װעל דערלערנען די שפּראך און דער איקער --- אױסגלײַכן די פיס. איך האָב אויסגעפילט אלץ, װאָס איר האָט מיר געהייסן...
זיגפריד האָט א קנייטש געטאָן מיט די אקסל, וי איינער רעדט, געקומען נאָך א שאנטא- זשיסט און דרייט אים א מויעך:
--- אנטשולדיקט, יונגערמאן, נאָר איך פארשטיי גאָרנישט! ווען האָב איך מיט אײײַך גערעדט? ווען האָב איך אײַך געזאָגט אזוינע נארישקײַטן? װאָס פאר א פיס? װאָס ווילט איר פון מיר האָבן?..
-- צי דען האָט איר פארגעסן, הער ליינארד, װאָס איר האָט מיר דעמלט געזאָגט? מיט אזעלכע קרומע פיס קאָן מען ניט שפּילן אָטעלאָ, אוריעל אקאָסטא... דאָס זײַנען געווען אײַערע ווערטער... איר האָט געזאָגט, ווען איך האָב גלײַכע פיס און קען אויסגעצייכנט דײַטש, װאָלט איך געקאָנט אָנקומען אין אײַער טעאטער... אָט די מענטשן, װאָס זיצן באם טיש, זיי האָבן, דוכט זיך, אויך געהערט... נו, בין איך אוועק אין א קליניק און זיך דערשלאָגן, מע זאָל מיר אָפּערירן די פיס... א גאנץ יאָר בין איך דאָרט געלעגן.. מע האָט מיר אױיסגעגלײַכט די פיס.. איך האָב, ליגנדיק, געלערנט, געלייענט... און איצט בין איך געקומען, איר זאָלט אויספילן אײַער צואָג, האלטן װאָרט..,
מאקס האָט שנעל, װי מוירע האָבנדיק, אז מע װעט אים איבערשלאָגן, דערציילט, װאָס ער האָט פאר דעם יאָר איבערגעלעבט, װי מע האָט אים אָפּערירט, װי ער האָט זיך שוין ניט געריכט, אז ער װועט בלײַבן לעבן, און וי ער האָט זיך געלערנט.
אלע זיינען געזעסן וי געפּלעפטע און זיך אײַנגעהערט אין דעם, װאָס עס דערציילט דער באָכער מיט די ברענענדיקע אויגן.
יגפריד האָט זיך אָנגעשפּארט מיט ביידע הענט אין טיש און ניט אראָפּגענומען פונעם מאָדנעם גאסט דעם בליק.
-- אנטשולדיקט... ווארט נאָר א װײַלע... -- האָט ער אים איבערגעשלאָגן. -- ווארט... ווארט, עפּעס הייב איך זיך אָן דערמאָנען... פאראיאָרן איז צו מיר געקומען איינער א מענטש און זיך רעקאָמענדירט וי מײַנער א קאָרעװו... א בעקער פון קאָלאָמײע... זײַט איר דאָס געווען?-
-- געוויס, איך! -- האָט זיך צעשײַנט מאקס. -- און איר האָט מיר געזאָגט, ווען איך האָב אײַך געבעטן מיך נעמען אין טעאטער, אז ווען איך האָב גלײַכע פיס און קען גלענצנד דײַטש..
-- און איר האָט דאָס אָנגענומען פאר ערנסט?-- האָט אים װידער איבערגעשלאָגן ליי- נארד. --- און זײַט אײַנגעגאנגען אף אזא שרעקלעכער אָפּעראציע?..
--- געוויס!..
--- מייַן גאָט! איך פּערזענלעך האָב אײַך דעמלט אזוינס געייצעט? איך?..
זיגפריד ליינארד האָט אראָפּגעלאָזט דעם שווערן קאָפּ אף דער ברוסט, פארמאכט מיט דער דלאָניע די אויגן און א לאנגע רעגע געבליבן שטיל, װי אין די אויגן בא אים װאָלט זיך אף אייביק אוױיסגעלאָשן די ליכטיקע שײַן. ער האָט ניט געקאָנט קוקן אף דעם באָכער. איצט האָט ליינארד זיך דערמאָנט, װאָס איז געווען מיט א יאָר צוריק. קעדיי גיכער פּאָטער צו װוערן פון דעם מאָדנעם פּראָװינציאל, איז ער אָפּגעקומען מיט א שפּאס, און יענער האָט דעם שפּאס אָנגע- נומען פאר ערנסט! שוידערלעך!
און מאקס, װי ער װאָלט זיך ארויסגעריסן פון טורמע, האָט ניט אופגעהערט צו דערציילן, װאָס ער האָט פאר דעם יאָר איבערגעטראָגן.
ליינארד האָט זיך מאכטלאָז אראָפּגעלאָזט אין פאָטערשטול, זיך אײַנגעהערט אין מאקס' רייד. דער פּראָפּעסיאָנאל, דער אקטיאָר אין ליינארדן האָט אינסטינקטיוו קאָנסטאטירט: ער רעדט א גלענצנדיקן, א זאפטיקן דײַטש. נאָר געטראכט האָט זיגפריד איצט בלויז וועגן איין זאך --- וי זאָל ער אויסקויפן זייַן שולד? ער האָט זיך געסטארעט אוױיסמײַדן די בליקן פון זײַנע קאָלעגן --- אים האָט זיך געדוכט, אז יענע פארורטיילן אים... די לעצטע צײַט האָט זיך אים ביכלאל גע- האלטן אין איין דוכטן, אז אלע קוקן אף אים מאָדנע, לאכן פון אים, מאכן כויזעק. ערשט מיט א פּאַר כאדאָשים צוריק איז פון אים אוועק דאָס װײַב, זײַן לעצטע ליבע, אוועק אָן א זי געזונט... מיט א טאלאנטלאָזיקײַט, א שטיקל מאָלער, א גאָרנישט, אָבער דערפאר יונג און שיין.. און איצט אזא געשיכטע!.
99
ליינארד האָט געשוויגן, און אלע האָבן געווארט, װאָס ער וועט זאָגן.
עס איז אנשוויגן געװאָרן אויך מאקס. די שטילקײַט איז געװאָרן שווער און פּרעסנדיק. מאקס האָט געפילט: מע דארף ניט שװײַגן, מע דארף עפעס זאָגן, אלציינס װאָס, אבי ריידן. האָט ער איבערגעכאזערט דאָס, װאָס ער האָט שוין, אייגנטלעך, איינמאָל דערציילט:
--- אנטשולדיקט, הער ליינארד, כוץ דעם, װאָס איר האָט געזאָגט, אז בא אן אקטיאָר דארפן זײַן גלײַכע פיס, האָט איר מיר נאָך אָנגעװיזן, אויב איר האָט ניט פארגעסן, אז איך דארף גוט קענען שעקספּירן, געטען... אין קליניק, ווען איך בין געלעגן אין גיפּס, האָב איך די גאנצע צײַט געלייענט, דעקלאמירט, געלערנט. באטאָג און באנאכט שטודירט...
--- מײַן גאָט!--- האָט זיך געכאפּט באם קאָפּ ליינארד. --- הערט נאָר, ער האָט נאָך געפונען אין זיך קויכעס שטודירן!
-- יאָ, און איצט בין איך אײַך דאנקבאר אויך פאר דעם...
און, ניט דערזאָגנדיק די פראזע ביזן סאָף, איז מאקס ארויסגעגאנגען אף דער מיט פונעם גאסט-צימער, -- ארום איז געווען שטיל, מע האָט, דוכט זיך, געקאָנט הערן, װי א פליג פליט דורך. --- און גענומען לייענען אָטעלאָס א מאָנאָלאָג. זײַן קאָל האָט געקלונגען שטאָלץ, פעסט, מיט אזויפיל אויסגעליטענער ווירדע, מיט אזא טיפער לײַדנשאפט...
...אָט איז זי, אָט די קלאָלע פון דער כאסענע -- מע גיט אונדז אָפּ די מילדע, װוילע פרויען, נאָר זייער לײַדנשאפט װערט אונדז ניט אונטערטעניק!.. מאקס איז אנשוויגן געװאָרן, און ליינארד איז נאָך אלץ געזעסן אין טיפן פאָטערשטול מיט צוגעמאכטע אויגן. װאָס באטײַט זײַן שווייגן? עס געפעלט אים ניט און ער וייסט איצט ניט, וי איידעלער דאָס צו זאָגן? און ליינארד האָט גאָר געשוויגן דערפאר, װײַל ער איז פּאָשעט געווען געפלעפט פון פארוווּנדערונג און אנציקונג. אין דער רעגע האָט ער פארגעסן, אז אָט דעם מאָנאָלאָג האָט ער אליין צענדליקער מאָל געלייענט פון דער בינע, פאר טויזנטער מענטשן, װאָס זײַנען געזעסן
אין זאל, װי ער זיצט אצינד פאר דעם באָכער. איצט האָט די ידע פונעם װענעציאנער מאוור געהאט פאר ליינארדן גאָר אן אנדער באדײַטונג. דאָס זײַנען געװאָרן זײַנע פערזענלעכע ווער-
ער און געדאנקען, א שטיק פון זײַן פערזענלעכער טראגעדיע, פון זײַן לעבן... די לעצטע ווערטער א מאָנאָלאָג האָבן זיגפרידן אינגאנצן אופגערודערט, אים און אלע װאָס זײַנען דאָ געווען. א טויטע שטילקײַט איז געהאנגען אינדערלופטן, און דאָס האָט מאקסן אָנגעהויבן שרעקן. און פּלוצעם האָט זיגפריד וי פונעם טיפן שלאָף זיך אופגעכאפט און בייז אויסגעשריען: -- פארװאָס ביסטו אנשוויגן געװאָרן, מענטש?! לייען װײַטער! לייען נאָך, דו הערסט?.. מאקס האָט אָנגענומען א פולע ברוסט מיט לופט, און עס האָבן זיך א גאָס געטאָן פייערדיקע, שווערע, וי שטיינער, ביטערע ווערטער. מאקס האָט ניט באוויזן ענדיקן די לעצטע פראזע, װי זיגפריד איז אופגעשפּרונגען פון אָרט, צוגעלאָפן צום גאסט, אים ארומגענומען און צוגעדריקט צו זיך. -- פארגיב מיר, טײַערער פרײַנט... מיר האָט זיך דעמלט געדוכט, אז דו ביסט א צופע- ליקער ארײַנגײער, איינער פון די, װאָס מיינען, אז שפילן טעאטער איז א לײַכט שטיקל ברויט... איך האָב ניט געװוּסט, אז דו ביסט א מענטש מיט טאלאנט, מיט כאראקטער.. אנטשולדיק... גלייב מיר, איך װעל טאָן אלץ, דו זאָלסט ארויסגיין אף א וועג. דאָס איבעריקע װעט שוין זײַן אָפּהענגיק פון דיר אליין. קיינער פון אונדז, װאָס זיצן דאָ, האָט ניט באצאָלט אזא טײַערע פּרײַז פאר זײַן אָרט אף דער בינע... ליינארד האָט פארייכערט זײַן ציבעק, זיך טיף פארצויגן, קוקנדיק אף דעם שײַנענדיקן באָכער: -- איך מוז דיך אָבער װאָרענען, אז קיין סטאטיסטן דארף איך ניט. איך בין זייער שטרענג, און זאָלסט דערנאָך אף מיר ניט האָבן קיין פאריבל. בא מיר אין טעאטער װועסטו דארפן װוערן אָדער אן עמעסער אקטיאָר, אָדער דו וועסט אינגאנצן קיין אקטיאָר ניט זײַן און װעסט זיך אומקערן צו זיך אין קאָלאָמײיע באקן בייגל.., -- איך בין אף אלץ גרייט! װאָס איר װעט זאָגן, װעל איך טאָן, אפילע שטיינער טראָגן, קערן די בינע, טראָגן זעק... זיגפריד האָט א שמייכל געטאָן: -- נו, דאָס איז איבעריקי.. קיין זעק װעט דיר ניט אויסקומען טראָגן. דו װעסט דארפן א סאך לערנען, לייענען, רעפּעטירן...
6
ער האָט א זוך געטאָן מיט די אויגן עמעצן, צוגעגאנגען צו א נידעריטשקן מענטשן מיט א הוילן קאָפּ און א פּאָר גרויסע ברילן:
-- זאָג מיר נאָר, בערגלייטער, -- האָט זיך אָנגערופן ליינארד, -- עפּעס הער איך הײַנט ניט דײַן שטים... האָסט כאָטש געהערט, װי אונדזער גאסט האָט געלייענט? סארא שפּראך, סארא דיקציע: דו שטעלסט זיך פאָר, װי ער װעט שפּילן אין טעאטער, אף דער בינע, ווען מיר וועלן אים אויסלערנען, ווען מיר וועלן מיט אים אזא ארבעט טאָן, אז צען שווייסן זאָלן פון אים אראָפּ..
דאָס געקנייטשטע פּאָנעם פונעם געהילף-רעזשיסער בערגלייטער האָט זיך פּלוצעם שטארק פארקרימט. ער האָט אראָפּגענומען די ברילן, אויסגעװישט מיט א טיכל די גלעזלעך, עפּעס אראָפּגעשלונגען און א זאָג געטאָן:
-- מיר דוכט זיך, אז דו שאצסט איבער זײַנע מעגלעכקײַטן, זיגפריד...
-- װאָס? איך שאץ איבער?-- האָט אים איבערגעשלאָגן זיגפריד. -- דו זעסט דען ניט, אז מיר האָבן צו טאָן מיט א טאלאנטפולן מענטשן?
בערגלייטער האָט גענומען פון דער וואזע א גרויסן עכּל, אָפּגעביסן א שטיק און, וי ער װאָלט זיך װווּנדערן, װאָס איז אזוי גרויס דער טומל, געענטפערט:
-- יאָ, אנטשולדיק מיר, זיגפריד, נאָר מיר דוכט זיך, אז דו האָסט א טאָעס און דו דארפסט ניט אראָפּפירן א מענטשן פון גלײַכן וועג...
--- װאָס רעדסטו, בערגלייטער?
יענער האָט א קנייטש געטאָן מיט די שמאָלע אקסלען.
--- איך ווייס ניט, נאָר מיר דוכט זיך, אז פון א בעקער מאכן אן אקטיאָר און דערצו א גוטן אקטיאָר -- דאָס איז אן אוטאָפּיע. כוץ דעם, איז בא אונדז פאראן איבערגענוג אקטיאָרן...
ליינארד איז רויט געװאָרן. די אויגן האָבן זיך בא אים אָנגעצונדן:
-- איך פארשטיי דיך ניט... דיך פרייט ניט אָט דער מענטש? עפשער נעמט זיך דאָס דערפון, װאָס דו ווייטעקסט פאר דײַנע שכיינים קורץ און שמערלינג, װאָס איך האָב דורכגעטריבן? קאָנסטו גיין מיט זיי צוזאמען און שאפן דײַן אייגענעם טעאטער און יענע נישטן פאָרלייגן די הויפט-ראָלן... װאָס איז שייעך מיר, מעלדע איך דיר, אז מיט זיי װעל איך זיך מער ניט מא- טערן... אזעלכע פארשוינען װעל איך ניט דולדן בא זיך אין טעאטער!..
זיגפריד האָט אן אופגערעגטער, מיט גרויסע שריט ארומגעשפּאנט איבער דעם געראמען צימער. דערנאָך האָט ער א װאָרף געטאָן בערגלייטערן:
-- שליס אײַן מאקס קרייסלערן אין אונדזער טעאטער-סטודיע. כוץ דעם, װעל איך פּערזענ- לעך נאָך מיט אים לערנען... פארשטאנען?
-- איך פארשטיי, -- האָט יענער געזאָגט,---נאָר צוליב װאָס אזא אײַלעניש? דײַן מאקס װעט קומען אין הארבסט פּרוּוון אָפּגעבן דעם עקזאמען. אויב ער װעט אויסהאלטן, װעלן מיר זען... און װאָס איז שייעך מײַנע שכיינים קורץ און שמערלינג, האָב איך אף זיי פּאָטעט ראכ- מאָנעס... פאמיליען-מענטשן, מיט װײַבער און קינדער... אזויפיל יאָרן דרייען זיי זיך ארום אין טעאטער...
-- אָט דאָס זײַנען די ערשטע גלײַכע ווערטער, װאָס איך הער הײַנט פון דיר, בערגלייטער, ;זיי דרייען זיך ארום אין טעאטער"..-- האָט זיך דערפרייט זיגפריד, און דער קאס איז א ביסל אראָפּ פון זײַן פּאָנעם, -- איך האָב ארויסגעטריבן פון טעאטער ניט קיין אקטיאָרן, נאָר אינטריגאנעס. איך מיין, אז זיי וועלן ארױיסװײַזן מער טאלאנט אין דער געהיימער פּאָליצײ, און מיר דארפן האָבן יונגע טאלאנטן און ניט קיין מעסירע-שרײַבער. אין אָט דעם מענטשן מיט זײַן אקשאָנעס, מיט זײַן טאלאנט און איבערגעגעבנקײַט דער קונסט גלייב איך. ער װעט שפּילן אף דער בינע! ער װועט, גלייב איך, און עפשער אינגיכן, גלענצנדיק שפּילן אָטעלאָ..
בערגלייטער האָט זיך פאנאנדערגעלאכט, שיר ניט דערװאָרגן געװאָרן מיטן ביסן.
-- נו, זיגפריד, האָסט איבערגעכאפּט די מאָס! איך קען דיך שוין א שלאל מיט יאָרן און געדענק ניט, דו זאָלסט ווערן אזוי באגײַסטערט פון א צופעליקן אריינגייער... אָטעלאָ, זאָגסטױ וועט ער שפּילן בא אונדז? איך שטעל זיך פאָר, װאָס פאר א פּאָנעם דאָס װאָלט געהאט, װאָס פאר א סענסאציע דאָס װאָלט ארויסגערופן באם צושויער, אין דער פּרעסע... איך האָב צו דײַן גאסט פּערזענלעך גאָרנישט, אוב ניט רעכענען דאָס, װאָס ער נעמט בא אונדז הײַנט אָפּ אזויפיל טײַערע צײַט, נאָר, אום גאָטעס ווילן, זיגפריד, טײַערער! איך ארבעט שוין אין טעאטער העכער צוואנציק יאָר, געענדיקט די קאָנסערװאטאָריע, פארלאָרן די לעצטע האָר פון קאָפּ, נאָר דו האָסט מיר נאָך קיינמאָל ניט פאָרגעלייגט די ראָל פון אָטעלאָ... און דאָ איז ארײַנגעקומען א צופעליקער מענטש...
--- שװייג, בערגלייטער! װי עפנט זיך בא דיר דאָס מויל זאָגן, אז ער איז א צופעליקער מענטש בא אונדז? אויב שוין ריידן וועגן צופעליקע, איז עפשער געהערסטו גיכער צו אָט דער
7
קאטעגאָריע, בערגלייטער, כאָטש דו האָסט דאָ פארלוירן דײַנע האָר... װאָס זשע, דאָס איז פאר דיר א סאָד, אז איינער קאָן פּאטערן פופציק, זעכציק יאָר אין טעאטער און גאָרנישט זאָל פון אים ניט װוערן, אבסאָליוט גאָרנישט, און אן אנדערער קאָן אין איין יאָר ווערן א ליכטיקער שטערן... -- איך האָב דיך ניט באליידיקט, זיגפריד... פארװאָס דארפסטו מיך באליידיקן אין דער אָנװעזנהײַט פון א זײַטיקן מענטשן?.. --- ער איז פון הײַנט אָן בא אונדז ניט קיין זײַטיקער... און איך האָב דיך ניט באליידיקט, נאָר געזאָגט דאָס, װאָס איך טראכט!.. איך זע, אז פון דיר רעדט ארויס די קינע, דער קאס אף אים. עפשער גאָר דערפאר, װאָס ער איז ניט קיין ריין-ראסיקער אריער? ביסט עפשער אן אָנ- הענגער פון דער טעאָריע פון די בארימטע קאָפּימענטשן און דענקער קורץ און שמערלינג? ביסט עפשער אויך אָנגעשטעקט מיט זייערע גרויסע אידייען? זאָג, שעם זיך ניט! בערגלייטערס אָפּגעצױגן פּארמעט-פּאָנים איז געװאָרן נאָך בלאסער, ער איז צוגעגאנגען נעענטער צו ליינארדן און, כניפעדיק שמייכלענדיק, געזאָגט: -- דאָס איז דײַן טעאטער, זיגפריד, און איך בין דײַן קנעכט... א געהילף... אויב דו זאָגסט אזוי, זאָל זײַן אזוי... צוליב װאָס דארפן מיר זיך קריגן? ס'איז פּאָשטעט געקומען צו רייד, האָב איך דיר געזאָגט... נאָר אוב עס געפעלט דיר ניט, נעם איך גלײַך מײַנע װערטער צוריקי. און אויב איך האָב פארטיידיקט קורצן און שמערלינגן, איז דאָס בלויז אויס ראכמאָנעס... דאָס זיינען קליינע מענטשעלעך, דאָס איז עמעס, נאָר דער טײַװל ווייסט זיי, מיר דוכט, אז מיט אזעלכע איז עפשער ניט קעדײַ זיך קריגן.. זיי זײַנען פארבונדן מיט יענע, מיט די נאציאָנאל-סאָציִא- ליסטן... ווער ווייסט, װאָס עס קאָן נאָך זײַן... -- דערװײַל איז נאָך דײַטשלאנד ניט קיין לאנד פון מאניאקעס און טוגעניכצן. געהערט א געשיכטע, מע האָט זיך אויסגעזוכט א נײַעם גאָט, דעם שיזאָפרעניק, היטלערן, אזא טאלאנט- לאָזיקײַט, און מע טאנצט ארום אים. איך בין צופעליק ארײַן אין א ביר-הויז, ווען איך בין געווען אין מינכען, דער נײַער מאָשיִעך פון די ראסיסטן האָט דאָרט געהאלטן א רעדע. עס איז געוען א כארפּע צו הערן. אזוינס איז דערלאָזבאר נאָר אין א מעשוגאָיִם-הױז. אן עמעסער אידיאָט! פון זײַן מויל האָבן זיך געשאָטן ניט קיין װוערטער, נאָר עס האָט געשפּריצט מיט קויט, שמוץ, װילדקײַט. און אָט דעם שיינעם פילאָסאָף האלטן אונטער דײַנע פרײַנט קורץ און שמערלינג? א שאנדע! איין זאך קאָן איך זיך ניט מויכל זײַן, װאָס איך האָב זיי שוין לאנג ניט דורכגעטריבן... דערזען מאקס' מיט שהעק און צעטומלטקײַט אָנגעגאָסענע אויגן, האָט זיך ליינארד צעלאכט און גענומען אים בארויִקן: --- װאָס איז, האָסט נאָך ניט געהערט, װי אקטיאָרן קריגן זיך? דאָס איז נאָך גאָרנישט. און דיר האָט זיך געדוכט, אז דאָ איז רויִק, שא, שטיל? און אף בערגלייטערן זאָלסטו זיך ניט באליי- דיקן. הײַנט איז ער עפּעס שלעכט געשטימט. פון מאָרגן אָן ביסטו שוין א שילער פון אונדזער טעאטער-סטודיע. כוץ דעם, ביסטו מײַן שילער. אלע טאָג צו עטלעכע שאָ װעל איך מיט דיר לערנען. אויב איך װועל זײַן פארנומען, אלציינס, -- קום און שלעפּ מיך פארן ארבל. דו טאָרסט קיין איבעריקע מינוט ניט פּאטערן. נאָר דו זאָלסט זיך ניט פוילן. װועסט קיין פרײַע צײַט אף שפּאצירן בא מיר ניט האָבן... -- א דאנק, הער ליינארד!.. -- נאָך פרי צו דאנקען... -- האָט איבערגעשלאָגן ליינארד, -- הײַנט קאָנסטו גיין, און אין א פּאָר טעג ארום װעט בערגלייטער דיר אָנקלינגען און מעלדן, וען דו דארפסט קומען אין סטודיע... לאָז אים איבער דעם נומער פון דײַן היימישן טעלעפאָן... א פארלוירן שמייכעלע האָט זיך באוויזן אף מאקס' פּאָנעם: -- צום באדויערן, עקזיסטירט ניט אזא טעלעפאָן. -- אך, אזוי? אָן א טעלעפאָן איז אין בערלין זייער ניט באקוועם. א שאָד... א שאָד... --- האָט א זאָג געטאָן ליינארד. --- נאָר נישקאָשע, דאָס איז א קליינער אומגליק. לאָז איבער דײַן אדרעס, װעט ער דיר אָנשרײַבן א קארטל. מאקס האָט אראָפּגעלאָזט הילפלאָז דעם קאָפּ און א זאָג געטאָן: -- איך האָב ניט קיין אדרעס... ביז איצט בין איך געלעגן באם פּראָפּעסאָר עריך שטוט- באכן אין קליניק... און איצט ווייס איך נאָך ניט, איצט איז דאָך זומער, ווארעם א מעכײיע. אין יעדן פּארק, אף יעדן בולוואר אף א באנק איז איצט פאר מיר דער בעסטער געלעגער... איך בין שוין צוגעוווינט צו אזא לעבן... די גאנצע צײַט, ביז איך בין אָנגעקומען אין קליניק, בין איך גע- ווען אן ארבעטלאָזער... מיר איז אויסגעקומען נעכטיקן אף די װאָקזאלן און װוּ איר ווילט.. זינפריד ליינארד האָט זיך אָנגעכמורעט, קוקנדיק אפן באָכער, װאָס רעדט וועגן אזעלכע זאכן וי וועגן עפּעס געוויינלעכס.
8
-- אזוי גאָר? דאָס איז אינגאנצן א נײַער אָטעלאָ! נו, נעכטיקסטו, הייסט עס, אף די בענק אין די פּארקן און װילסט שפּילן אף דער בינע? גרויסארטיק!. אינטערעסאנט! װוּנדערלעך! א פריילעך לעבן בא דיר! װאָס זשע, ביסט אינגאנצן איינזאם? אין שטאָט האָסטו קיינעם ניט?
מאקס האָט א רעגע געטראכט, זיך דערמאָנט אין פרידען, אין עריך שטוטבאכן, נאָר א שאָקל געטאָן מיטן קאָפּ:
-- גוטע באקאנטע... גוטע מענטשן... נאָר וויפל קאָן איך זיי דולן א קאָפּ? דאָ בין איך איינזאם... -- איך בין אויך איינזאם... -- האָט טרויעריק געזאָגט ליינארד, -- װועסט דערװײַל װווינען בא מיר... זעסט, װי געראם עס איז איצט דאָ? און איך בין דאָ איינער, אָן א װײַב, אָן קינד- און-רינד... מיט שולצן... דאָס איז מײַן איינציקער באזאָרגער. װועסטו בלײַבן מיט אונדז...
און, גענומען דעם פארלוירענעם באָכער בא דער האנט, האָט ער אים ארופגעפירט איבער די הילצערנע טרעפּ, באוויזן א צימער, פול אָנגעשטעלט מיט ביכער-פּאָליצעס, אן עפן געטאָן די גלעזערנע טיר פון באלקאָן, װאָס איז ארויסגעגאנגען אין סאָד, און געזאָגט:
--- נו, אויב דיר איז דאָס צימער געפעלן קאָנסטו זיך דאָ אײַנאָרדענען. דו האָסט, דוכט זיך, ליב ביכער?.. אלץ, װאָס דו זעסט, איז אין דײַן רעשוס. ביטע...
-- װאָס רעדט איר! װאָס דארף איך דאָס האָבן? -- האָט אויסגעשריען מאקס. -- טאָמער איז בא אײַך פאראן עפּעס א קעמערל. אבי איבערשלאָפן די נאכט... איך בין ניט געװוינט צו אזוינע אפארטאמענטן...
-- טאָ געוווין זיך צו צוביסלעך... -- האָט זיגפריד ביטער א שמייכל געטאָן. -- דו שטעלסט זיך פאָר -- אָטעלאָ, אורייעל אקאָסטא, שײילאָק װעט שלאָפּן אין פארק אף א באנק אָדער ערגעץ אין א קעמערל!.. אָט דאָ וועסטו וווינען. ס'געפעלט דיר?
-- געוויס! -- האָט אינגאנצן א מעװוּלוועלער אויסגערופן מאקס. --- נאָר װוּ װעל איך נעמען אף דירע-געלט... אזוינס קאָן דאָך געוויס קאָסטן טײַער?! ערגעץ אין דער פאָרשטאָט, זאָגט מען, קאָן מען דינגען א צימער װאָלװל... וי װעל איך זיך צערעכענען?..
-- עס מאכט ניט אויס!.. שלאָף רויַק... אויב דו װעסט ניט אָפּנארן מײַנע האָפענונגען און דו װועסט ווערן אן אקטיאָר, װעסטו קאָנען זאָגן, אז דו האָסט זיך מיט מיר צערעכנט. רו זיך אויס. מאָרגן װועלן מיר צוטרעטן צו די לימודים. מיטיק עסן מיר פונקט זעקס. אָװנטברױט -- עלף. איך װועל בעטן צו דער צײַט זײַן אין דער היים. איך האָב ליב פּינקטלעכקײַט. מיט עמיל שולצן זאָלסטו לעבן אין פרײיַינטשאפט. ער איז א גוטער. קוק ניט אף דעם, װאָס ער איז אמאָל בייז. איר זאָלט זיך ניט קריגן... --- און זיגפריד ליינארד האָט זיך שנעל אראָפּגעלאָזט צו די געסט.
מאקס איז געשטאנען אינמיטן געראמען צימער א פארלוירענער און א שײַנענדיקער גלײַכ- צײַטיק, ארומקוקנדיק זיך אין אלע זײַטן. אים האָט זיך געדוכט, אז דאָס אלץ קומט פאָר אין כאָלעם.
;דער רועך זאָל דיך ניט נעמען, מאמזער, װוּהין האָט עס דיך פארטראָגן דער ניטגוטער? ווען עס זעט דיך דאָ שימשן-האגיבער, עסטערקע שאפיראָ! אָסקאר װאָלט געפּלאצט פאר קינע! ווען עס דערזעען דיך אין דער וילע, צװישן אזעלכע מענטשן, דער פעטער זכאריע, דער טאטע, יאָסיע דער ניכטערער, און די מאמע, װאָלטן זיי געכאלעשט!"
אז די פארטשאדעטקײיט איז א ביסל אריבער, האָט זיך מאקס געכאפּט פארן קאָפּ: אפן ראָג ווארט אף אים פרידע! זי קער זיך געוויס באומרויִקן. מע דארף לויפן דערציילן וועגן זײַן גליק. נאָר צי איז באקוועם גלײַך אוועקגיין פונדאנען? געוויס באקוועם! װי זשע דען, פרידע ווארט דאָרט אף אים!
מאקס האָט זי דערזען פונדערװײיטנס. זי איז געשטאנען אף דעם זעלבן אָרט, װוּ זי האָבן זיך צעשיידט. א לײַכט װוינטל האָט געפּאטלט אירע האָר, זיך געפּלאָנטערט אין די פאלדן פון איר קלייד. זי איז געשטאנען א ליכטיקע, א װוּנדערלעך ריינע און שיינע. און אזא זאָרג איז גע- ווען אין אירע אויגן, אז מאקס האָט זיך אפילע דערשראָקן: אזויפיל גליק מיטאמאָל. װי קומט עס גאָר צו אים, דעם שלימאזלדיקן בעקער-יונג פון קאָלאָמײע::-
די שפּיל הייבט זיך אַן
עס זײַנען אװעק כאדאָשים פון אָנגעשטרענגטער האָרעװאניע. ליינארד האָט אלע טאָג געארבעט מיט זײַן שילער, צו וועלכן ער האָט זיך אלץ מער און מער צוגעבונדן. אים האָבן שוין מער ניט געכידעשט מאקס' מאָדנע געװױינהײַט שלאָפן אפן באלקאָן אף דער הוילער באנק, טראָגן דאָס אלטע רעקל זײַנס און די צעריסענע שיך און ניט דעם נײַעם אָנצוג, װאָס ליינארד האָט אים צוגעקליבן.
39
ליינארד האָט געװאָלט, אלע סאָנים אף צעפיקעניש, װאָס גיכער צוגרייטן דעם שילער זײַנעם און ארויסלאָזן אים אף דער בינע. אים האָט זיך געװאָלט דערװײַזן אלעמען, אף װאָס איז פײייק אן עכטער טאלאנט, א פּאָטעטער פאָלקסמענטש, װאָס האָט פארזוכט אין לעבן קאלט און ווארעמס.
נאָר ניט אזוי גיך טוט זיך, וי עס רעדט זיך.
העכער א יאָר איז אוועק, ביז זיגפריד האָט באשטימט, אז מע קאָן אים ארויסלאָזן אף דער בינע. מע װאָלט מאקסן, פארשטייט זיך, געקאָנט געבן א קליינע ראָל צום ערשטן מאָל -- אן עכטן טאלאנט באמערקט מען פון די ערשטע טריט, נאָר ליינארד האָט באשטימט אפצולאָכעס אלע פיינשמעקער פארטרויען מאקסן פאר זײַן דעביוט די ראָל פונעם װענעציאנער מאור, פון אָטעלאָ. אין ערגסטן פאל װועט ער, זיגפריד אליין, אויספילן די ראָל, און דער שילער זײַנער װעט פון אָנהײיב בלויז דובלירן.
פארװאָס האָט ער אויסגעקליבן גראָד ;אָטעלאָ?? דאָס איז ליינארדן אליין ניט אינגאנצן קלאָר געווען. מאקס, א יונגער מענטש, װאָס פארשטייט ער אין אָטעלאָס ליידן? פארװאָס זשע פונדעסטוועגן? עפשער װײַל די דאָזיקע טראגעדיע שעקספירס האָט איצט באזונדערס אנט- שפּראָכן ליינארדס געמיט, און עפשער דערפאר, װיַל מאקס האָט דעמלט, יענעם טאָג, ווען ער איז געקומען נאָך דער אָפּעראציע צו ליינארדן, געליײיענט גראָד דעם מאוורס טראגישע וידע? מעגלעך... װי די זאך זאָל ניט זײַן, נאָר זיגפריד איז געווען איבערציײיגט אין דעם, אז די ראָל איז וי אָנגעמאָסטן פאר זײַן שילער, כאָטש זײַנע קאָלעגן האלטן, אז דאָס איז געפערלעך פארן טעאטער און פאר מאקסן.
אין יענע טעג, ווען די פרוי איז פון אים אוועק, האָט זיגפרידן ארומגעכאפט אזא גלײַכגילט און אפּאטיע, אז עס האָט זיך געדוכט, ער װעט אזוי גיך ניט קומען צו-זיך. איצט האָבן זיך אלע געװוּנדערט: די באגעגעניש מיט אָט דעם פּראָװוינציעלן באָכער האָט טע וי אופגעוועקט פון א שווערן שלאָף. עס האָט זיך אין אים ווידער דערוואכט אן עכטער אינטערעס צו דער ארבעט, צום טעאטער. װי שנעל עס האָט זיך באפרײַנדעט אָט דער אי א ביסל קאפּריזער אָפּטלעך גראָבלעכער קינסטלער מיטן יונגן בעקער פון קאָלאָמײע!: מאקס איז פאר אים געװאָרן ניט נאָר א פיייַקער שילער, א מענטש מיט א גרויסער צוקונפט, נאָר א הארציקער, קלוגער כאווער. אָן מאקסן װאָס װאָלט ער איצט געטאָן אין דער געראמער ווילע, װוּ עס איז נאָך ערשט ניט לאנג געווען אזוי אומגעהייער פּוסט.
יאָ, געוויס, זיגפריד ליינארד איז געווען טויזנט מאָל גערעכט, ווען ער האָט אמאָל געװאָרנט זײַן שילער, אז דאָ, אין טעאטער, איז װײַט ניט קיין גאניידן.
אָפט פלעגט זיך מאקסן דוכטן, אז דער גאנצער קנויל רעכילעס, קריגערײי, קינע, ניט פאר- גינען יענעם דאָס לעבן, אינטריגעס און אנדערע פײַנע זאכן, װאָס האָבן זיך אָנגעזאמלט אף דער זינדיקער ערד, האָט זיך ארײַנגעקײַקלט אהער, אין טעאטער, ניט פארהאלטנדיק זיך ערגעץ אנדערש.
א סאך גרינגער און רויִקער איז, פארשטייט זיך, געווען שטיין נעכט נאָכאנאנד בא די הייסע אויוונס אין פּאני זשיכלינסקאס בעקעריי און ארויסכאפּן די בעקנס מיט די בולקעלעך און בייגל, אױסלאָדן אף די װאָקזאלן וואגאָנעס מיט געהילץ, זעק און פּעק, איידער זיך גרייטן צו דער גע- נעראלער רעפּעטיציע.
אים איז שווער געווען ניט אזוי די אָנגעשטרענגטקײַט, די שלאָפּלאָזע נעכט, די ארבע וי דאָס, װאָס עס האָט זיך געטאָן ארום אים, ווען די אָפּענע און געהיימע סאָנים האָבן זיך = װוּסט, אז זיגפריד מיינט אפאנעמעסן ארױיסלאָזן אף דער בינע זײַן שילער אין דער ראָל פון אָטעלאָ.
מאקסן איז שווער געווען צו שװײַגן, הערנדיק די שי וויצן, די אנעקדאָטלעך, װאָס די ניטפארגינער טראכטן צו וועגן אים און זײַן לערער. אָפט האָט זיך מאקסן זייער געװאָלט דער- מאָנען זיך אין זײַן קינדהײַט און אין די יונגע יאָרן, וי ער פלעגט ניט לּאנג טראכטנדיק דער- לאנגען אין די ציין יענע, װאָס פלעגן זיך דערוועגן זאָגן אים א שלעכט װאָרט. נאָר... נאָר ער איז דאָך שוין געווען קימאט אן אקטיאָר פון זיגפריד ליינארדס טעאטער, און ניט קיין בע- קער-יונג...
די גענעראלע רעפּעטיציע איז געמאָלדן געװאָרן אף באנאכט, נאָך א ספּעקטאקל.
אין טעאטער איז מאקס געקומען פרי. עס איז געגאנגען דער לעצטער אקט, און ליינארד איז נאָך געװען אף דער בינע. מאקס איז ארומגעגאנגען הין און צוריק, דערנאָך האָט ער זיך פארקליבן אף דער גאליאָרקע און נאָכגעשפּירט, װי זיגפריד שפּילט. קוקנדיק אף זײַן לערער, האָט זיך מאקס געפילט קליין, נעבעכדיק, נישטיק. יאָ, שווער ארויסגיין אף דער בינע און געפעלן
40
ווערן דעם אוילעם, אויסנעמען בא אים נאָך ליינארדן. ווען ער, מאקס, האָט כאָטש א צענט- כיילעק טאלאנט פון זײַן לערער, װאָלט ער זיך געפילט גליקלעך! װי פרײַ און ניט געצװוּנגען פילט זיך יענער אף דער בינע! און אים, מאקסן, בלויז פונעם געדאנק אליין, אז ער װעט שפילן אָטעלאָ פאר אזא זאל מיט מענטשן, ווארפט אין קעלט און אין היץ.
אָבער די צײַט גייט, און דו וװועסט זי ניט אָפּשטעלן. אָט באלד װעט זיך ענדיקן דער ספּעק- טאקל. דער פאָרהאנג װעט זיך אראָפּלאָזן, און א מידער, נאָר א צופרידענער און א גליקלעכער, װעט ליינארד אוועקגיין הינטער די קוליסן. און ער, מאקס, דארף זיך שוין גיין גרימירן.
מאקס קרייסלער איז ארײַן צו זיך אין צימער, װוּ מע האָט שוין אף אים געווארט אף צו פארגרימירן אים און אָנטאָן.
ער איז געזעסן א שװײַגנדיקער און געקוקט אין שפּיגל, וי עס ענדערט זיך זײַן פּאָנעם, זײַן גאנצער אויסזען.
די טיר האָט זיך געעפנט, און עס איז ארײַנגעקומען זיגפריד ליינארד. ער האָט געהאלטן אין זײַנע גרויסע, אָדערדיקע הענט א גלאָז שווארצע קאווע, פּאמעלעך געזופּט, געשמייכלט צו זײַן שילער, אים אויסגעפרעגט, װוּ ער איז געווען, צי האָט ער זיך אויסגערוט, װאָס הערט זיך אין שטוב.
זיגפריד האָט זיך געסטארעט זײַן פריילעך, זיך געוויצלט מיט מאקסן, מיטן גרימירער, װי עס װאָלט גאָרנישט ניט געדארפט געשען, װי אלץ, װאָס דאָ קומט פאָר, װאָלט געווען א געוויינ- לעכע זאך. נאָר מאקס האָט אים שוין צו גוט געקענט, ער זאָל ניט פארשטיין, װי אומרויק עס איז זײַן לערער און וויפל מי עס קאָסט אים באהאלטן דאָס,
און אָט איז מאקס שוין גרייט. ער איז ארויסגעגאנגען פון זײַן צימער, זיך פארקליבן אין א װײַט, טונקל ווינקל הינטער די קוליסן און, שעפּטשענדיק, גענומען איבערכאזערן די מאָנאָלאָגן. שלעכט איז נאָר איינס -- אים װעט הײַנט אויסקומען שפּילן פאר א פּוסטן זאל. זיגפריד ליינארד האָט פאראָרדנט קיין זײַטיקע ניט ארײַנלאָזן אף דער רעפעטיציע, פארהאקן טיר-און-טויער. קיין אוילעם ועט ניט זײַן. מאקסן װעלן הערן בלויז אקטיאָרן. א סאך װעלן אים מיטפילן, נאָכשפּירנ- דיק נאָך זײַן שפּילן, אנדערע װועלן מיט אומגעדולד ווארטן אף זײַן דורכפאל, זיך פרייען, ווען ס'וועט זיך עפּעס ניט באקומען בא אים. אייניקע װעלן אים ווערן דאם-סאָנים, אויב ער װעט גוט אויספילן די ראָל, און אנדערע, פארקערט, װעלן אים פאלש מיטפילן, אויב עס ועט גיין ניט אזוי, וי מע דארף.
דאָס בעסטע װאָלט געווען, -- האָט געטראכט מאקס, -- שפּילן פאר אן אוילעם, דעמלט װאָלט ער געװװוּסט, צי עס באקומט זיך עפּעס בא אים, צי ניט. דער אוילעם װאָלט ניט געפעלשט. ער װאָלט אופריכטיק אויסגעדריקט זײַנע געפילן, אָפּנעשאצט דעם אקטיאָרס ארבעט.
אף דער בינע האָבן די ארבעטער פארענדיקט שטעלן די נײַע דעקאָראציעס. דער געהילף- רעזשיסער בערגלייטער האָט זיך ארומגעטראָגן איבער דער בינע א פארהאוועטער, געגעבן די לעצטע אָנװײַזונגען, אלץ געטאָן שנעל, קעדיי באװוײיזן זיגפרידן, ויאזוי ער איז אים איבער- געגעבן... נאָר װי ער איז ניט געווען פארהאוועט, האָט ער דאָך ניט אופגעהערט עפּעס צו קײַען גוואדזיענדיק מיט די נאסע ליפּן.
אינעם גרויסן קימאט פּוסטן זאל האָבן געפינקלט רויטע פּײַערלעך. אינמיטן זאל איז בא א קליין טישל, אף וועלכן עס איז געשטאנען א לאָמפּ אונטער א גרינעם אבאזשור, געזעסן זיג- פריד ליינארד. דאָס פּאָנעם איז געווען מיד, צעקנייטשט. אלעמאָל איז צו אים מיט אן אונטער- טאנצנדיק גענגעלע, װאָס האָט בא די אקטיאָרן ארויסגערופן געלעכטער, צוגעלאָפן בערגליי- טער, אויסגעהערט זײַנע באמערקונגען און גלײַך אויסגערונען.
מאקס האָט עטװאָס צערוקט דעם שװערן פאָרהאנג, סטארענדיק זיך דערזען דעם לערער זײַנעם. מאָדנע, פאר דער צײַט, װאָס ער איז מיט ליינארדן, האָט ער זיך צוגעװוינט צו אים, גלענצנדיק דערלערנט אלע זײַנע מידעס און פּאָסטעמקעס, זײַן כאראקטער, און פּלוצעם גאָר אומגעריכט האָט ער זיך דערשראָקן פאר אים!
...דער פאָרהאנג האָט זיך פּאמעלעך אופגעהויבן, און פונעם פּוסטן זאל האָט אף מאקסן א ווייע געטאָן מיט קעלט. מאקס איז געשטאנען הינטער די קוליסן און געשפּירט נאָך דער שפּיל פון די אקטיאָרן, זיך אײַנגעהערט אין זייערע רעפּליקעס און מאָנאָלאָגן. ער איז זיי געווען מעקאנע. זיי זײַנען שוין אריבערגעטראָטן די שוועל, װאָס הייסט שרעק. אים שטייט עס נאָך פאָר.
אלץ איז געגאנגען גוט. נאָר אָט האָט זיך צעקלונגען זיגפרידס גלעקעלע.
ער צווינגט עמעצן איבערכאזערן דעם מאָנאָלאָג, ניט שלינגען קיין ווערטער, נאָכאמאָל אָנהײיבן פון אָנהײב,
41
א פּאכעד האָט ארומגעכאפט מאקסן. זיגפריד איז מיט עפעס ניט צופרידן. ער שטעלט אלע מאָל אָפּ די רעפעטיציע, מאכט צופיל באמערקונ- גען, בייזערט זיך. גאָטעניו, דאָס שטעלט ער אָפּ און זידלט געניטע אקטיאָרן. װאָס זשע װעט ער טאָן מיט אים, מיט מאקסן, אז ער װעט ארוף אף דער בינע!
נאָר אָט איז צוגעלאָפן בערגליי- טער צו מאקסן, אים צוגעװאָרפן א בייזן בליק און א בורטשע געטאָן, אז באלד איז זײַן אופטריט.
ארום האָט געהערשט אן אָנגע- שטרענגטקײַט. אלע בליקן זײַנען ג
געווענדט צו אים, צו דעם נײַעם אָטעלאָ. מאקס האָט אָפּגעמאָסטן דעם
ֹ ײַן שטרענגן בליק,
6:
= ש ,
ט וו 4: = +-= 61 { 6 4+- ט
זיך אָפּגעשטעלט אף זיגפרידס פּאָנעם, װאָס איז געווען בלייך פון דער שײַן װאָס איז געפאלן אף אים. די אָנגע- שטרענגטע שטילקײַט האָט געפּלאצט.
שרענגטע שטילקײַט
יי הי ו
א אאג אש אן א / (/ עס האָט א קלונג געטאָן דעם מאוורס
פעסטע, מעכטיקע און קלאָרע שטים.
מאקס האָט פארענדיקט דעם מאָנאָלאָג און איבערגעכאפּט דעם אָטעם. ער האָט געװאָרפן
דעם בליק צום קליינעם טישעלע, און דאָס הארץ האָט א צאפל געטאָן; זיגפרידס פּאָנעם האָט זיך
געענדערט, געװאָרן ליכטיקער. מאקס האָט דערפילט אף זיך די צופרידענע בליקן פון זייַנע קאָלעגן, אף דער נעשאָמע איז רויַקער געװאָרן...
איבער בערלין איז געהאנגען אן אויסגעשטערנטע נאכט. די גאסן מיט זײיערע רוישיקע רעסטאָראנען און בארן, מיט די דאנסינגען זײַנען שוין געלעגן פארזונקען אין געשמאקן שלאָף. און בלויז דאָ, בא ליינארדן אין טעאטער, איז געגאנגען אן אָנגעשטרענגטע ארבעט. אין אָט די שאָען איז געבוירן געװאָרן א נײַע פאָרשטעלונג פון שעקספּירס װערק און אײינצײַטיק א נײַער אקטיאָר.
עמיל שולץ האָט מיט אומגעדולד ארויסגעקוקט אפן באלעבאָס און אף זײַן יונגן פרײַנט, מיט וועלכן אויך ער, שולץ, האָט באוויזן זיך באפריינדן. ער האָט אים ליב באקומען, װי אן אייגענעם זון.
דעם אלטן גערטנער איז שטארק געפעלן געווען די באשײידנקײַט פון דעם באָכער. דער רועך זאָל זיי נעמען, די אקטיאָרן. צװישן זיי זײַנען דאָ א סאך, װאָס גייען ארום מיט פאריסענע נעזער און מיינען, אז זיי זײַנען דאָס אייבערשטע פון שטייסל. און מאקס, װאָס איז קליגער און, וי דער באלעבאָס אליין זאָגט, טאלאנטפולער פון א סאך אנדערע, האלט זיך פונקט אזוי, װוי ווען ער איז צום ערשטן מאָל אהער אָנגעקומען. פאר אים האָט דער אלטער געקאָנט אויסגיסן דאָס ביטערע הארץ, אויסדערציילן אלץ. עמעצן אן אנדערן, אז ער הייבט אָן דערציילן, ויאזוי ער איז געווען א זעלנער אף דער מילכאָמע, ויאזוי מע האָט אים פארװוּנדעט אין פוס, אָדער רופט אָן די בלומען, װאָס וואקסן אף די בייטן, די ביימער, װאָס ער האָט דאָ אױסגעכאָװעט, לאכט מען אים אויס אָדער מע יל ניט הערן. נאָר מאקס איינער האָט שטענדיק צײַט אים אויסצוהערן וי ער זאָל ניט זײַן פארנומען!
איז טאקע ניטאָ זיך װאָס צו װוּנדערן, װאָס דער אלטער האָט מיט אזא אומגעדולד געווארט אף זײַן יונגן פרײַנט. ער האָט געווארט, יענער זאָל אים דערציילן מיט אלע איינצלהײַטן, װי איז דורכגעגאנגען די גענעראלע רעפּעטיציע...
א סאך יאָרן דינט דאָ עמיל שולץ און ווייסט גוט, װאָס באטײַט פאר א יונגן אקטיאָר די ערשטע ארויסטרעטונג אף דער בינע. ער האָט געהערט, אז אפילע זײַן באלעבאָס, דער בארימ-
42
טער אקטיאָר, איז נאָך זײַן ערשטן אופטריט אָפּגעלעגן א כוידעש צײַט אין שפּיטאָל. אויך איצט פאר א פּרעמיערע גייט ער ארום אָן א קאָפּ. הײַנט װער רעדט שוין וועגן מאקסן, װאָס גייט צום ערשטן מאָל ארויס אף דער בינע און האָט נאָך דערבײַ אזויפיל סאָנים און ניט-פארגינער אין טעאטער!
-- נו, געלויבט איז דער אייבערשטער! -- האָט זיך דערפרייט דער אלטער. --- זיי גײיען!
ער האָט זיך א פּאָר מינוט אײַנגעהערט אין זייער פריילעכן געשפּרעך און געלעכטער און גלײַך דערפילט -- אלץ איז דורכגעגאנגען גוט.
עמיל שולץ האָט זי העפלעך גראטולירט, פארמאכט נאָך זיי די קאליטקע און, הינקענדיק, זיך אװועקגעלאָזט גרייטן צום טיש.
בעשאס שולץ האָט זיך געפּאָרעט באם טיש, האָט זיך מאקס אופגעהויבן צו זיך אין צימער איבערטאָן זיך און איז װוי אין וואסער ארײַן.
-- הער נאָר אויס, דעביוטאנט! -- האָט אויסגעשריען זיגפריד. -- דו ביסט דאָרט ניט אנשלאָפן געװאָרן? וויפל קאָן מען אף דיר ווארטן? װילסט, איך זאָל אויסגיין פון הונגער און דאָרשט? -- האָט ער צוגעגעבן, אָנגיסנדיק װײַן אין די קויסעס.
ס'איז דורך נאָך עטלעכע מינוט, ביז זיגפריד האָט דערזען מאקסן. ער האָט זיך אראָפּגעלאָזט מיט אז אויסגעלאָשענעם פאָנעם, אין די אויגן -- צאר און ווייטעק.
-- װאָס איז מיט דיר, מאקס? -- האָט זיך דערשראָקן אָנגערופן זיגפריד. -- בא דיר איז דאָך הײַנט א גרויסער יאָמטעו... הײַנט איז דײַן טאָג. דארפסט אים פארגעדענקען אפן גאנצן לעבן. דו ווייסט, מאקס, איך דערמאָן זיך, ווען איך האָב צום ערשטן מאָל געשפּילט אָטעלאָ, בין איך נאָכן ספעקטאקל א גאנצן קווארטאל געגאנגען אף די הענט איבער אונטער-דען-לינדען.. און דו... װאָס ביסטו אזוי דערצאָרנט?..
מאקס האָט אים דערלאנגט א צעקנייטשט שטיקל פּאפּיר:
-- איר זעט, דאָס האָט עמעצער, װײַזט אויס, אין טעאטער, ארײַנגערוקט אין קעשענע פון מײַן רעקל...
זיגפריד האָט גענומען דאָס פּאפּירל, איבערגעלייענט און געבליבן א דערשטוינטער. ;פאר- פלוכטער יודען-שװײַן, דײַן אָרט איז ניט אין דײַטשלאנד. דײַטשלאנד איז בלויז פאר ריינע אריער... אינגיכן װעט איבער דער גאנצער וועלט געוועלטיקן די נאָרדישע ראסע... אלע שווארצע, העלע, ברוינע שוויינען וועלן זײַן אונדזערע קנעכט... פארנעם זיך פונדאנען. סאם ניט אָפּ מיט דײַן אָטעם די דײיטשישע קולטור...*
זיגפריד איז א בלאסער געבליבן שטיין, פאמעלעך אָפּגעגאנגען אין א זײַט און זיך אראָפּגע- לאָזט אין פאָטעל. די אויגן האָבן זיך אָנגעצונדן פון רעציכע. ס'איז געווען א ביזאָיען אזוינס צו לייענען. א ביזאָיען פאר דעם באָכער, פאר דעם אלטן גערטנער און פאר זיך אליין:
-- זאָגסטו, אז דאָס מיִעסע איפעשדיקע פּאפירל האָט מען דיר אונטערגערוקט אין טעאטער בא זיגפריד ליינארדן? מײַן גאָט! װאָס זשע קומט פאָר בא אונדז?
עס האָט אים ניט געסטײַעט קיין לופט, און ער האָט געוויזן מיטן װוּנק עמיל שולצן, ער זאָל עפענען דאָס פענצטער. עפּעס א שווערער קנויל האָט געשטיקט אין גאָרגל.
-- װאָס זשע טוט זיך בא אונדז? א מיִעסע שפּיל הייבט זיך אָן, א בייזע אָנשיקעניש. גלייב מיר, מײַן יונגער פרײַנט, דאָס איז ניט דײַטשלאנד. איך שטעל זיך ניט פאָר, נאָרמאלע מענטשן זאָלן זיײַן פיייק אף אזעלכע נידערטרעכטיקײַטן.. ניטפארגינער... טויגעניכצן... טאלאנטלאָזי- קײַטן... בא מיר אין טעאטער איז נאָך אזוינס ניט געוועןיי.
ליינארד האָט זיך אופגעכאפּט פון שטול, פארלייגט די הענט אפן רוקן און אָנגעהױיבן ארומ- שפּרײַזן הין און צוריק. ער האָט ווידער א קוק געטאָן אפן צעטעלע, עס צעריסן אף פּיצלעך און ארויסגעװאָרפן דורכן אופגעפּראלטן פענצטער. נאָך א לאנגער פּאוזע איז ער צוגעגאנגען צו מאקסן, װאָס האָט נאָך אלץ ניט געקאָנט קומען צו"זיך, אים אָנגענומען בא דער האנט, צוגעפירט אים צום טיש און דערלאנגט אים א קאָס װײַן:
-- פארגעס אין די קליינע און נישטיקע מענטשעלעך. שפּײַ זיך אויס אף זיי. לאָמיר אויס- טרינקען פאר דײַן גרויסן דערפאָלג, פאר דײַן גליקלעכער צוקונפט... פאר אונדזער פרײַנט- שאפט!..
אין דעם גאנצן טומל מיט דער גענעראל-רעפּעטיציע האָבן מיר, דוכט זיך, אינגאנצן פאר- געסן אין פרידען, דער איקער, עס קאָן זיך אױיסװײַזן, אז מאקס האָט אין איר פארגעסן. דאָס קאָן לײַכט פאָרקומען, װײַל זי איז פון די מענטשן, וועלכע װעלן אָן זיך אליין קיינמאָל ניט דערמאָ- נען. װוילן מיר אײַך בארויקן: ניין, כאָלילע, מיר געדענקען אין איר, און מאקס געדענקט וועגן איר אוואדע און אוואדע. װאָדען, פארװאָס זשע דערציילן מיר וועגן איר גאָרנישט ניט? איז ווידער
43
זי אליין שולדיק. זי האָט אזוי װײַט געלעבט מיט מאקס' לעבן, אז אין אָט דער אָנגעשטרענגטער צײַט האָט זי געזען װאָס וייניקער מיט אים זיך טרעפן, ער זאָל זיך אינגאנצן אָפּגעבן דער ארבעט
אָבער הײַנט, אין טאָג פון דער גענעראל-רעפּעטיציע, װאָלט זי בעפיירעש זיך געדארפט
זען מיט אים, אונטערמונטערן, זאָגן, אז זי גלייבט אין אים, אז אלץ װעט זײַן גוט. האָט זיך א ועלט מיט ארבעט ארופגעוואלגערט אף איר. װער האָט געקאָנט זײַן א בעריע און וויסן, אז זי הי ניט קאָנען אויסגעפינען קיין פרײַע מינוט, קעדיי צופאָרן זיך באגעגענען מיט אים!
וי אפצולאָכעס, איז הײַנט געווען אָן א שיר אומגליק-פאלן, מע האָט ניט אופגעהערט פירן צעקאליעטשעטע פון אלע עקן שטאָט און איר, פרידען, איז אויסגעקומען די גאנצע צײַט שטיין באם אָפּעראציע-טיש.
א פּאָר מאָל האָט זיך איר דאָך אײַנגעגעבן צולויפן צום טעלעפאָן, אָנקלינגען צו מאקסן אהיים, נאָר יעדעס מאָל האָט אראָפּגענומען דאָס טרײַבל דער אלטער עמיל שולץ, װאָס האָט געענטפערט בייז, אפילע גראָב: , מאקס איז ניטאָ. מע בעט ניט קלינגען, ניט באומרויַקף" און אופגעהאנגען דאָס טרײַבל. פרידע האָט גוט געװוּסט פון מאקס' דערציילונגען, אז עמיל שולץ אייפערט אים צו אלע באקאנטע, הײַנט אז ער האָט נאָך דערהערט א פרויען-שטים...
פרידע האָט זיך געערגערט, נאָר גאָרנישט ניט געקאָנט טאָן.
עלעכע מאָל האָט זי געפרעגט בא עלזע קריץ, צי האָט קיינער ניט געקלונגען נאָר יענע האָט בארויגעז געענטפערט, אז קיינער ניט, כאָטש מאקס האָט דרײַ מאָל געקלונגען און עלזע האָט אלע מאָל געענטפערט, אז ,דאָקטער פרידע איז ניטאָ"..
ס'איז שוין געווען שפּעט באנאכט, ווען פרידע האָט פארענדיקט די לעצטע האָט אָנגעקלונגען אין טעאטער, נאָר דאָרט האָט שוין קיינער ניט געענטפ איז זי ארויס אף דער גאס.
זי איז געגאנגען איבער דער פּוסטער באנאכטיקער גאס, און צופעליקע פארבייגייער האָבן איר מאָדנע נאָכגעקוקט. נאָר זי האָט עס = ניט באמערקט. װאָס איז מיט מאקסן? זי מוז דאָך וויסן, װיָאזוי עס איז דורכגעגאנגען די גענעראלע רעפּעטיציע, זי מוז אים זען. עפשער נייטיקט ער זיך אין איר?
פרידע האָט זיך דערמאָנט אין יענעם אינדערפרי, אין קליניק, ווען זי האָט צופעליק געפונען בא אים אונטערן מאטראץ א באהאלטענעם בראונינג, װאָס מאקס האָט צוגעגרייט אף דעם אט טאָמער די אָפּעראציע װעט ניט געלינגען און אים װעט אויסקומען בלײַבן א קאליקע...
ווער װײסט, עפשער איז בא אים הײַנט געווען א דורכפאל, און ער זיצט ערגעץ א דערשלאָ- גענער, א פארלוירענער און ווייסט ניט װאָס צו טאָן?
ניין, זי מוז אים זען! אום יעדן פּרײַז מוז זי זיך מיט אים באגעגענען. גלײַך! באלד!
עס איז צוגעקומען א פארשפּעטיקטער אװטאָבוס, און פרידע האָט זיך ארופגעכאפט. אין א רעגע ארום האָט די מאשין זי געטראָגן איבער די פּוסטע האלב-באלויכטענע גאסן.
דינינקע זילבערנע שנירעלעך האָבן באצירט די פענצטער פון אװטאָבוס: א רעגן האָט גע- נומען מאראקען. פרידע האָט זיך א בייזער געטאָן. אלץ איז הײַנט קעגן איר...
ענדלעך האָט זי דערזען דעם ראָג, װוּ זי האָט געדארפט אראָפּגײן פון אװטאָבוס. דער שאָפּער האָט אָפּגעשטעלט די מאשין, מיט א מאמזערישן בליק באגלייט דאָס שיינע מיידל, א זאָג געטאָן א כוצפּעדיק ווערטל און א מאך געטאָן מיט דער האנט. נאָר פרידע האָט גאָרנישט ניט געהערט און גאָרנישט ניט געזען. זי האָט זיך גלײַך געלאָזט צום געסל, װוּ עס האָט זיך געפונען ליינארדס ווילע, געװאָלט אָנקלינגען, ארויסרופן עמיל שולצן, נאָר זיך גלײַך פארכאפט. דער אלטער װעט זיך נאָר צעבייזערן אף איר און אויסזידלען. א פּאָר מינוט איז זי געשטאנען אין פארלעגנהײַט, ניט וויסנדיק װאָס צו טאָן. דער רעגן, װי ער װאָלט גענומען א פּאָדריאד, האָט געגאָסן אָן אופהער. זי האָט זיך אײַנגעקוקט אין דער געדיכטעניש פון די ביימער, עפשער װעט זי דערזען א פּײַערל. נאָר אומעטום איז די שײַן געווען אױיסגעלאָשן. = אין דער ווילע זײַנען שוין געשמאק געשלאָפן. זי איז געגאנגען לענגויס דעם פּארקן, אײַנקוקנדיק זיך דורך די טשו- הונענע פּרענטלעך אין דער געדיכטעניש פון סאָד. און פּלוצעם האָט זי דערזען, װי א פּײַערל האָט א צאפּל געטאָן. דוכט זיך, אז דאָס איז מאקס' פענצטער? זעט אויס, ער שלאָפט ניט! זי האָט זיך פאָרגעשטעלט, װי ער שפּרײַזט ארום איבערן צימער איינער אליין און האָט ניט מיט וועמען אויסריידן א װאָרט, מיט וועמען זיך האלטן אן אייצע. אפּאָנעם, אזוי איז עס טאקע. בא מאקסן איז היַנט געווען א דורכפאל. געוויס אזוי. ווען ניט, װאָלט ער געוויס איר אָנגעקלונגען און אָנגעזאָגט די גוטע בסורע.
אויב אזוי, איז װאָס איז דאָס שטיין און טראכטן.
ע אָפּעראציע. זי פערט. א טויט-מידע
44
אין איין אויגנבליק איז זי פאָרזיכטיק אריבערגעקראָכן איבערן פארקן, אראָפּגעשפּרונגען אין סאָד און מיט דער שמאָלער סטעזשקע אוועק אהין, װוּ עס בלינצלט א פּײַערל אין פענצטער. די נאסע צװײַגן האָבן געשמיסן איבערן פּאָנעם. עס האָט זיך איר אויסגעדוכט, אז הינטער יעדן בוים שטייט עמעצער, שפּירט איר נאָך, לאכט, וויל זי אָנכאפּן בא דער האנט..,
אף די שפּיץ פינגער איז פרידע צוגעגאנגען צום באלקאָן, זיך אײַנגעקוקט. די טיר איז געווען צעפּראלט.
פרידע האָט זיך אופגעהויבן אף די שפיץ פינגער, צונויפגעלייגט די דלאָניעס אין א טרײַבל און שטיל א רוף געטאָן מאקסן. איין מאָל, א צווייטן... קיינער האָט ניט געענטפערט. זי איז פאָר- זיכטיק צוגעגאנגען צו דער אריינגאנג-טיר, א דריק געטאָן די קליאמקע, שא, די טיר עפנט זיך אָן א סקריפ. שולץ, זאָל זײַן געזונט, איז א גוטער באלעבאָס. בא אים סקריפּען ניט די טירן. זי האָט אראָפּגענומען די טופליעס און זיך געלאָזט איבערן ווייכן טעפּיך, ארוף די טרעפּ. כאָטש זי איז דאָ קײינמאָל ניט געווען, װאָלט זי מיט פארמאכטע אויגן געפונען מאקס' צימער.. -
מאקס איז געלעגן אפן דיוואן אינעם אָנטאָן, ברייט צעװאָרפן די הענט, װי ער זאָל װעלן ארומכאפּן די גאנצע וועלט. אף זײַן פּאָנעם האָט געבלאָנדזשעט א גליקלעך שמייכעלע. ער האָט, װײַזט אויס, אין דער רעגע געזען א װוּנדערלעכן כאָלעם, און איר איז געווען א שאָד אים װעקן. אָט װעט זי אים שטיל א קוש טאָן, ביז ער שלאָפט, און אוועקגיין אזוי, וי זי איז געקומען.
מאקס האָט אופגעריסן די אויגן, אין וועלכע עס איז געווען שרעק, פארװווּנדערונג. נאָר דאָס האָט געדויערט עפשער א רעגע, ביז ער האָט דערקענט פרידען. דאָס פּאָנעם זײַנס האָט זיך מיט- אמאָל צעשייַנט. יּ
...פון יענער זײַט פענצטער האָט געזשומעט א ווארעם אײַנגעאקשנט רעגנדל, געקלאפּט אין' פענצטער. די געדיכטע װײַנטרױבן-בלעטער אפן באלקאָן האָבן זיך וועגן עפעס געשושקעט, גע- פּלאפלט, גערוישט. מיט א טיפן, שווערן שלאָף איז געשלאָפן די שטאָט. אין אלע פענצטער איז שוין לאנג געווען אויסגעלאָשן די שײַן. און, דוכט זיך, קיינער אף דער וועלט האָט אין דער רעגע ניט באמערקט, וי נאָך איין פענצטער האָט זיך האסטיק אױיסגעלאָשן.
ווען דער זאל בושעװועט
קיינער האָט זיך מיסטאמע אזוי פיבערדיק ניט געגרייט צו דער נײַער פאָרשטעלונג יו וויליאם שעקספּירס טראגעדיע ,אָטעלאָ", װי בערגלייטער מיט זײַנע פרײַנט...
עמעצער האָט פארשפּרייט איבער דער שטאָט קלאנגען, אז ליינארד איז אף דער עלטער אינגאנצן מעשוגע געװאָרן און, שטרעבנדיק צו סענסאציעס, האָט ער פאר דער ראָל פון אָטעלאָן' אויסגעקליבן ניט קיין געניטן אקטיאָר, ניט קיין דײַטש, וועלכער ווארט שוין יאָרנלאנג אף אזא ראָל, נאָר עפּעס א בעקער, א ציגײַנער אָדער א ייָד... :
אין אייניקע בולוואר-בלעטלעך האָבן זיך באוויזן קאריקאטורן און פעליעטאָנדלעך אפן פרישגעבאקענעם אָטעלאָ. מע האָט אים אָנגעמאָלט אין א פארטעך און א הויכן קאָלפּאק, מיט א לאָפּעטע אין די הענט, װי ער שטייט באם אויוון און שלעפט פון דאָרטן די בולקעלעך. דאָס מויל איז ברייט צעעפנט, און פון דאָרטן פליען ווערטער: ;אָ, דעזדעמאָנע, קויף מײַנע בולקעלעך: עס מײַנע בייגעלעך!"
דאָ און דאָרט האָט מען אראָפּגעריסן די אפישן, אין אנדערע ערטער האָט מען אויסגעשמירט מיט שמוץ מאקס' פּאָרטרעט, אויסגעדראפּעט די אויגן, אָנגעמאָלט סוואסטיקעס, אָנגעדראקעט: ;פארפלוכטער יודע", , שװײַן" און אנדערע ניט ווייניקער פּיקלאנטע ווערטער
דער טאָג פון דער פּרעמיערע איז געקומען.
אלע בילעטן זײַנען שוין פון לאנג געווען אויסגעפארקויפט, ניט געקוקט אפן טומל, װאָס מע האָט אופגעהויבן ארום דעם אומבאקאנטן מאקס קרייסלער, און עפשער טאקע צוליב אים. דער אוילעם האָט געגארט זען דעם נײַעם אקטיאָר, האָט מאמעש געשטורעמט דעם טעאטער.
בערגלייטער האָט זיך אופגעגעסן לעבעדיקערהייט. הער נאָר א מײַסע, געװאָלט ניען באגראָבן -- און געשאפן אים אזא רעקלאמע!
מאקס, שוין א פארגרימירטער און איבערגעטאָנענער, איז צוגעגאנגען צום פאָרהאנג און אין דער שפּארונע געקוקט, װאָס עס טוט זיך אין זאל. ער האָט דערזען א יאם קעפּ, און מיטאמאָל איז אים שרעקלעך געװאָרן. ווער איז הײַנט אהער געקומען? וועגן װאָס טראכטן די פארשיידענע מענטשן? ויאזוי וועלן זיי אים אופנעמען? צװישן דעם אוילעם קערן געוויס זײַן אויך יענע, װאָס
45
האָבן אראָפּגעריסן זײַנע אפישן, פארשמירט זיי מיט סוואסטיקעס. נאָר גי דערוויס זיך, װוּ זי זיצף אָט די לײַט איז דאָך אויך אינטערעסאנט א קוק צו טאָן, װי װעט זיך פילן אף דער בינע דער בעקער פון קאָלאָמײע. נו, איז װאָס, זאָלן זיי קוקן און זאָלן זיי ארויסקריכן די אויגן פון קאָפּ! זי אפּצולאָכעס װעט ער זיך הײַנט סטארען שפּילן אזוי, זי זאָלן פּלאצן פון קינע און פארדראָס, נאָר צוריקגערעדט, װאָס דארף ער גאָר טראכטן וועגן אָט די אויסוווּרפן? יאָ, געוויס איז געווען גערעכט זיגפריד, װאָס האָט אים געייצעט, אז בעשאס ער װעט ארויס- גיין אף דער בינע, זאָל ער ניט טראכטן וועגן דעם הײַפעלע כוליגאנעס. נאָר מער האָט שין מאקס אפילע ניט געהאט קיין צײַט צו טראכטן. דער שװערער פּליושענער פאָרהאנג האָט זיך פּאמעלעך אופגעהויבן. אין זאל איז געװאָרן שטיל. די פאָרשטעלונג האָט זיך אָנגעהויבן. אין עטלעכע מינוט ארום איז מיט א שטײַפן טראָט ארויסגעגאנגען מיט זײַן סוויטע דער שטאָלצער מאוור. פון די ערשטע װוערטער, װאָס ער האָט ארויסגעבראכט, האָט זיך צװישן דעם אקטיאָר און דעם צושויער גלײַך געשאפן יענער קאָנטאקט, װאָס גיט צו מוט, נײַע קויכעס, אינערלעכן פײַער. די שרעק און דער אומרו, װאָס האָבן געװעלטיקט איבער מאקסן די לעצטע רעגעס פאר זײַן אופטריט, זײַנען גלײַך פארשווּנדן. זײַן א שטארקע שטים האָט באהערשט דעם זאל. און פּלוצעם האָט זיך דערהערט א מאָדנער טומל אף דער גאליאָרקע. אין דער ערשטער רעגע האָט זיך מאקסן געדוכט, אז דאָס װײַזט זיך אים בלויז אויס. נאָר אין א רעגע ארום האָבן זיך פון דאָרטן דערהערט פרעכע אויסגעשרייען: ,גענוג, פארפלוכטער יודע! טרײַבט אים פון דער בינע!", ,בעקער, אין בעקעריי!", באגלייט פון א הילכיקער פײַיפעריי. מאקס איז געבליבן שטיין מיט א צעעפנט מויל... ער האָט דערפילט, װי א קאלטער שוייס האָט אים באשלאָגן. דאָס הארץ האָט זיך, דוכט זיך, אָפּגעשטעלט. אין די אויגן בא אים איז אויס- געלאָשן געװאָרן די שײַן. דאָס האָט געדויערט בלויז א קורצע װײַלע, שוין אין א רעגע ארום איז ער געקומען צו-זיך. שטאָלץ פארהויבן דעם קאָפּ, איז ער פאמעלעך צוגעגאנגען צו דער ראמפע, אויסגעשטרעקט די הענט צום זאל, קעדיי בארויקן דעם אופגעבראכטן אוילעם, און מיט זײַן לייבן-שטים אױיסגעשריִען: -- איך בעט זײַן רויִק, מײַנע פרײַנט! די אױיסװוּרפן, װאָס פייפן, האָבן, זעט אויס, איבערגע- פּלאָנטערט דעם אדרעס. זייער אָרט איז אין מעשוגאָיִם-הויז, און זי האָבן פארבלאָנדזשעט אהער! היי, איר, גאָרנישטן, איר זײַט אפילע ניט פיייָק װי געהעריק אויספייפן אן אקטיאָר! איך ווייס ניט, פארװאָס צאָלן אײַך אײַערע באלעבאטים! אויב עס גייט שוין יאָ אין פײַפן, װעל איך אײַך אויסלערנעף! און גענומען פיר פינגער אין מויל ארײַן, האָט מאקס קרייסלער אזוי א פּײַף געטאָן, או די ווענט פונעם טעאטער האָבן א ציטער געטאָן. א הילכיק געלעכטער האָט זיך צעטראָגן איבערן זאל. דער גאנצער אוילעם האָט אָנגע- הויבן שטורמיש אפּלאָדירן מאקסן. פון אלע זײַטן האָבן זיך געטראָגן אויסגעשרייען: -- בראװאָ, מאקס קרייסלער! בראוואָ! אף דער גאליאָרקע האָט זיך שוין דער אוילעם צערעכנט מיט די כוליגאנעס. אין עטלעכע מינוט ארום איז אלץ געווען געענדיקט. מע האָט ווידער פארמאכט די טירן. אין זאל איז געװאָרן שטיל, און גלײַך, װי עס װאָלט גאָרנישט ניט געשען, האָבן די אקטיאָרן פאָרגעזעצט דעם ספּעקטאקל...
עס האָבן נאָך געקלונגען אָטעלאָס לעצטע וװוערטער, און דער זאל איז שוין אופגעטרייסלט געװאָרן פון אפּלאָדיסמענטן און אויסגעשרייען: ,בראװאָ, מאקס קרייסלער! גלענצנד! וויוואט, אָטעלאָ!"
מענטשן האָבן, שײַנענדיק פון פרייד און באגײַסטערונג, פון דאנקבארקייט צום יונגן אק- טיאָר, זיך א לאָז געטאָן פון אלע עקן זאל נעענטער צו דער בינע, צענדליקער בוקעטן בלומען זײַנען געפאלן צו זײַנע פיס. אינגיכן האָט זיך שוין געדוכט, אז אלע בלומען פון די בערלינער סעדער זײַנען געקומען אהער, קעדיי צו באגריסן מיטן ערשטן עמעסן דערפאָלג דעם אקטיאָר, װאָס האָט אזוי אויסגענומען בא אלעמען.
דער פאָרהאנג האָט זיך אראָפּגעלאָזט, נאָר א נײַער שטורעם פון אפּלאָדיסמענטן און בא- גריסונג-אויסגעשרייען האָט אים װוידער און װוידער געצוװוּנגען זיך אופהייבן, ווידער און ווידער- אמאָל האָט מען ארויסגערופן אָטעלאָן אף דער בינע, קעדיי אים אויסדריקן באגייסטערונג.
ענדלעך האָט דער פאָרהאנג זיך אראָפּגעלאָזט צום לעצטן מאָל...
אף א רעגע איז מאקס געבליבן אליין אף דער בינע. ער איז געשטאנען א צעטומלטער, ער האָט נאָך אלץ ניט געקאָנט קומען צו-זיך און פארשטיין, װאָס מיט אים איז געשען. דאָס איז ער
6
טאקע, יאָסיע דעם סטעלמאכס װישקראָבעק פון קאָוואליווקע, געװוען דעם גאנצן אָװנט דער פּרעכטיקער װענעציאנער מאוור? ,ביסט טאקע װײַט אוועק, מאקס קרייסלער, ביסט געװאָרן אן אקטיאָר, אן אקטיאָר בא ליינארדן אין טעאטער", -- האָט געזונגען אין הארצן.
מאכן ביזן סאָף דעם כעזשבן-האנעפעש האָט מאקס ניט באוויזן. איבער דער בינע איז גע- גאנגען צו אים מיט א צעהעלט און שיינענדיק פּאָנעם זײַן לערער זיגפריד ליינארד, און מאקס האָט זיך א װאָרף געטאָן אים אנטקעגן.
ביז שפּעט אין דער נאכט האָבן געלויכטן די פענצטער אין ליינארדס ווילע. גוטעפרײַנט און קאָלעגן האָבן געיאָמטעװט דאָס געבורט פון א נײַעם גרויסן אקטיאָר.
יט
צום 70-טן געבורטסטאָג פון פּערעץ מארקיש
בערי ק טב קער מא|
פראגמענטן פון פערעץ מארקישעס א ניט-פארעפנטלעכטער פּאָעמע 9 9 9
אין טאָל איז א רעגן, אין טאָל איז א גאָס, ---
איז אף יעטווידער צװויַיג און אף יעטווידן גראָז
הענגען לעמפּעלעך ליכט, הענגען לעמפעלעך טוי
און זיי ברענגען מיט שניט און מיט זעט און מיט ברויט,
און ס'קלינגען די שטראָמען מיט טאצן פון גאָלד און פארטיילן די טויען און טײַען אין טאָל --
נאָר דאָס מויל איז אין דאָרשט און אין פיבער פארזוימט. וויל איך אופגיין צו דיר און דיר זאָגן אזוי:
-- ס'איז ארויסגאן דער טאָג אין דער װײַט, אין דער ברייט, וי א זוניקער קעמל געלאָדן מיט פרייד,
און באם הימל דאָס מויל איבער רוימען אליין און פון בלאנקענדער זון, װוי פון בינטעלע היי,
האָט געצופט דאָרט דער טאָג, און אזוי זיך גענערט, און אזוי בא די טעג און אזוי בא די נעכט.
נאָר װי קעמלען אין וועג, איז געפאלן דער טאָג אונטער לאסט פון געטרײַב, אונטער יאָך פון געטראָג.
אומעטום איז א קוואל --- אזוי פריש, אזוי גרויס, און פון דאָרשט גייט דער טאָג, און פון דאָרשט גייט ער אויס,
און דער פירער ז'ביז לענדן פארזונקען אין זאמד --- ער קאָן ניט דעריאָגן און קומט ניט און זאמט...
וויל איך אופגיין צו דיר, פערציקיאָריקער מאן, לאָז, וי צוים, אף מיר פאלן דער פּײַן פון דײַן האנט,
טאָמער ביסטו ניטאָ, אויב דו ביסט ניט פאראן, זאָל דער וועג זײַן צו דיר, פערציקיאָריקער מאן... די דאטע, װען דאָס װערק איז געשאפן געװאָרן, אין ניט פעסטגעשטעלט. לויטן אינהאלט פון אײניקע שטעלן קאַן מען זיך מעשאער זײַן, אז די פּאַעמע האָט דער דיכטער אָנגעשריבן אין דער ערשטער העלפט פון ודי
צוואנציקער יאָרן.
3--9 18
יע
9 9 9 און דער טאָג איז א טאָג, און די זון איז דער מיט, און עס האמערט דער טראָט, און דער טראָט איז געשמידט,
און עס פאָכט א געפעכט -- וויפל בלענד, וויפל בלאנק! און אין פײַער און פלאם איז דאָס גאנצענע לאנד...
ס'הייבן האמערס זיך אוף, ס"פאלן האמערס אראָפּ, און עס גליט און עס שמידט יעדער איינציקער טראָט.
א געזאנג איז אין לאנד, א געזאנג איז אין טאָל, און עס שפריצט פון דער זון וי פון אָנגעגליט שטאָל,
נאָר דאָס מויל איז אין דאָרשט און אין פיבער פארזוימט, וויל איך אופגיין צו דיר און דיר זאָגן אזוי:
-- אז דער גלוטיקסט-צעגליטער דער אײַזערנער פּרענט גיט זיך פּײַנלעך אזוי צו דעם שמיד אין די הענט
און דאָס פײַער און פלאם איז צעבלאָזן און גרייט אף ווידער און נאָך אף א גאנצענער קייט,
אז פארוואנדלונג איז פּײַן, אז פארוואנדלונג איז שווער, װײַל שטאָף וויל זײַן שטאָף. און א סאָף. און ניט מער.
און אין קלוגן געקנאָט אין דער מאָס, אין דער שארף איז פאראנען דער פריידיקער זין פון באשאף,
אז געהאָרכזאם איז שטאָל און סע גליט און סע בליט אין דער קלוגער פארשטענדלעכער האנט פונעם שמיד,
וויל איך גיין אונטער האמער פון זוניקער האנט און דאָרט טרינקען דײַן פּײַן, פערציקיאָריקער מאן,
ווייל עס דעמערט דער בארג אינעם איינזאמען ראנד און דער טאָג איז אין טאָל, פערציקיאָריקער מאן.
5 9 2 ציִען זיך װײַטן, ציִען זיך ברייטן, אף װאָס פאר א זייַט ס'זאָל דאָס אויג ניט א גי טאָן. .
ס'איז אזוי דורכזיכטיק, ס'איז אזוי לויטער -- גאָלדענער ברעג אין דערווארטונג זיך הוידעט...
אָט איז ער, דער ברעג, און אָט איז ער נישטאָ, און דאָרט אפן ברעג איז דאָס לאנד און די שטאָט...
טרינקט מען די װײַטן און טרינקט מען די ווינטן, און גוט איז אין זון און אין ווינט זיך צו טרינקען.
נאָר דאָס מויל איז אין דאָרשט און אין פיבער פארזוימט. װויל איך אופגיין צו דיר און דיר זאָגן אזוי:
-- מיר האָבן דעם יאם, און די שיפן מיר האָבן, און יאמישע פלאכן מיר שנײַדן און גראָבן.
מיר האָבן א טייל און מיר דארפן אינגאנצן. אָט איז עס. אָט ליגט עס. נאָר שווים און געשפּאנט זײי!
49
טקנעב :עי מע בשע :השש
=
י טמ שער יע ןבל עג :6:::0:0:5::524:27220::,,
0
נימיר שווימען אלץ און שווימען װווּ טיפער, נאַר ס'ציטערט די האנט בא דעם ציט'ריקן שיפער,
ער צערטלט דעם רודער און קוקט אף די הענט זיך און וואגט נאָר א קוק טאָן אריבער דער גרענעץ,
און ס'וואקלט די שיף זיך, וי קינדערשע וויג: -- א קלאפטער פאָרויס און צוויי אף צוריק!
וויל איך אופגיין צו דיר, פערציקיאָריקער מאן, לאָז, וי צוים, אף מיר פאלן דער פּײַן פון דײַן האנט.
טאָמער ביסטו ניטאָ, אויב דו ביסט ניט פאראן, זאָל דער וועג צו דיר זײַן, פערציקיאָריקער מאן...
9 9 עפנט די הערצער, וי לאָגלען פון װײַן, עס זעצט פון די וועלדער א בלוט-רויטע שײַף
פון װאָלקנס, וי {...}, פון װײַטן, וי שטאָל, דאָרט שלאָגן די וועלדער ארויס דעם קאיאָר.
א פײַער גייט אוף -- א וואל אף א וואל, ס'וועט ברענען די ערד און ס'וועט ברענען דער וואלד.
אינמיטן דער וועג, װוי א בלי-קאָרידאָר, אָט דאָ וועט ער דורכגיין, דער יונגער קאיאָר,
און קומען אף יעדן, וי גאָלדענער טוי, אין סאָד פון געבלי און דעם וואקסן פארטרויען,
נאָר דאָס מויל איז אין דאָרשט און אין פיבער פארזוימט,
וויל איך אופגיין צו דיר און דיר זאָגן אזוי:
-- מיר האָבן געריסן די טעג פון דער װײַט, וי רויע גראנאטן פון בוים און פון צווייג.
געריסן מיט ציין און מיט דאָרשטיקע הענט, אף אקסל געזוניקט, אף אקסל געברענט,
אזוי זיי געגעסן פו הונגער און דאָרשט, אזוי װי די מילגרוימס אין יונגן קאיאָר.
זײַנען די הערצער אונדז אייליק, וי ציין, און צײיניק די הערצער און דאָס גאנצע געביין.
און דו ביסט ניטאָ, און דײַן פּיַן איז ניטאָ, װויל איך אופגיין צו דיר ביז פארגאנג פונעם טאָג.
טאָמער ביסטו ניטאָ, אויב דו ביסט ניט פאראן, זאָל מײַן וועג צו דיר זײַן, פערציקיאָריקער מאן!..
9 0
אף זאמד האָט דער טאָג זיך געשטעלט אינעם וועג: נאָך א טראָט, נאָך צוויי --- און אָט איז שוין דער ברעג.
און א וואל נאָך א וואל פון דער נאָינט, פון דער װײַט אפן הארץ פונעם טאָג, נאָר דער טאָג איז פארטיי'ט...
איז געלאָזט זיך אין שווים און מיט שטראָם אינעם טאָג און געהויבן אף הענט און אף אקסל א טראָג.
נאָר דאָס מויל איז אין דאָרשט און אין פיבער פארזוימט, וויל איך אופגיין צו דיר און דיר זאָגן אזוי:
-- אָן שניט און אָן וויי ווערט די ערד ניט באנײַט -- נאָר דער, װאָס סע אקערט און זיײיעט, דער שנײַדט,
אָן היץ און אָן דאָרשט זיך צעוויגט ניט קיין ווינט,
און דער, װאָס ניט אייַנגעשטעלט, -- דער קיינמאָל געווינט.
אָן וויי און אָן פּײַן ווערט קיין װוּנד ניט פארהעפט, נאָר קיין קריגער איז דער, וועמען קיינמאָל עס טרעפט.
אָן בראָך און אָן ברויז ווערט קיין זאך ניט צעשטרויט, נאָר דער, װאָס צעברעכט, דער שטעלט אוף און דער בויט.
אָן שוץ, אָן געווער גייט קיין קריגער ארויס, נאָר קיין קריגער איז דער, װאָס ער גליטשט זיך ניט אויס.
אָן קיין שטורעם האָט קיין שיף נאָך דעם יאם ניט פארזוכט, נאָר די שיף איז צום גיין און דער שטורעם -- אף אדורך!
וויל איך קומען צו דיר און צו דיר זיך פארטרויען, און זאָל אף מיר פאלן דײַן פּײַן און דײַן טרויער.
טאָמער ביסטו ניטאָ, אויב דו ביסט ניט פאראן, זאָל דער וועג צו דיר זײַן, פערציקיאָריקער מאן...
0 6 = ס'זײַנען אלע געקומען, ס'האָט קיינער פארפעלט, פון װוייט און פון נאָענט און פון גאָר פון דער וועלט.
און דער טאָל איז פארפלייצט, און דער טיש איז באזעצט, און ווער ס'איז צום ערשט און ווער ס'איז צום לעצט.
פון יונג און פון אלט, פון קינד און פון קייט א רינג נאָך א רינג און א קייט נאָך א קייט.
און מאכנעס נאָך מאכנעס דערלאנגט האָריזאָנט, פון גאָר פון דער וועלט, פון װײַט און פון נאָנט.
און ווער מיטן האָרן און ווער מיט דער פאָן, נאָר א טרונע פארנעמט דאָרט דאָס אָרט אױיבנאָן.
אן אָפענע טרונע מיט רויטן באדעקט -- סאיז דער לערער געשטאָרבן אינמיטן דעם וועג,
און ס'טראָגט אומעטום דאָס געביין מיט דאָס פאָלק, פון טאָל אפן בארג און פון בארג אפן טאָל.
אלע געקומען פון גאָר פון דער וועלט, פון װײַט און פון נאָנט -- עס האָט קיינער פארפעלט.
בלויז דעם/פירער אליין בא דעם זוניקן ראנד ניט באשערסאיז געווען אריינגיין אין לאנד,
אפן טאָל פון דער פרייד, אפן טאָל פון דער פרײיהייט באשערט אים געווען איז א קוק פון װײַט.
51
א קוק טאָן פון װײַטן און אויסגיין פון פרייד, מיט א קוש פונעם פאָלק, מיט א קוש פונעם טויט.
איז ווער מיטן האָרן און ווער מיט דער פאָן, נאָר ליידיק און װויסט איז דאָס אָרט אױבנאָן.
6 6 עס טריפט דער קאיאָר, וי א גאָלדענער זאלב, אף שפּיצן פון בערג און אף שפּיצן פון וואלד.
מיט ציט'ריקן ווינט און מיט ליכטיקן שאָרך לייגט זיך צו, רירט זיך אָן און וועקט אוף דער קאיאָר,
ספּרוּוװוט די קליינינקע פליגעלעך צום פליִען א שוואלב, און דער קלונג פון קאיאָריקן שמיד װעקט דער וואלד.
א געפאָך, א געפלי, א געצוויטשער באפאלט, און עס פילט זיך מיט פרייד און געזאנג אָן דער וואלד.
אָט-אָט גיסט זיך שוין איבער די וועלט ביזן ראנד מיט זאלבונג פון שײַן און מיט גאָלדן געטראנק.
נאָר א שטרעק טאָן די האנט און א צי טאָן דאָס מויל פונעם הוילינקן לײַב, פון דער הוילינקער הויט,
און עס גיט זיך דער וואלד אין די הייכן א טראָג און מיט הענט -- דעם קאיאָר, און מיט גראבליעס -- דעם טאָג,
און איך בין דאָ אויך, און אויך מיר איז באשערט צו זײַן אף א פרייד פון קאיאָר אף דער ערד.
בין איך אויכעט ארויסגאן פון ליכטיקן טאָל, מע שלאָפט נאָך אין טאָל, ס/איז נאָך קיינער ניטאָ.
נאָר פון װײַט-האָריזאָנט, פון צעהעלטן באגין איז געגאנגען צו מיר אף אנטקעגן א קינד.
פון קאיאָריקער שײַן, וי פון גאָלדענעם היי, האָט זיך אױיסגעפּיקט ס'קינד, און אָט איז עס שוין צוויי,
און אָט איז עס שוין צען -- און אָט איז שוין קיין צאָל, און אָט איז שוין פארפלייצט און פארפּלאָסן דער טאָל...
0 9 9 האָבן זיך קינדער צו װײַטן געבראכט, איז אפן וועג זיי געפאלן די נאכט.
איז אפן וועג זיי געפאלן די נאכט,
איז לאגערס צעװאָרפן און פײַער געמאכט. לאגערס צעפליגלטע, לאגערס א קייט --
דעם טאָג אויסגעטרונקען, אף נאכט זיך געגרייט, ערגעץ די זון אזוי טוקט זיך און וייקט,
איז האָבן די קינדער א שײיַטער צעלייגט,
א הויכער צעפלאקערטער זון-אָבעליסק, רײַסט אין דער נאכט זיך דאָס פייַער און פליסט.
געזיכטער באלויכטן מיט פלאמיקער שײַן, דער שײַטער שנײַדט העל אין דער נאכט זיך ארײַן
מיט מעסער פון פײַער געשארפט און געשלייפט און שנײַדט זי די נאכט און צעפּאסיקט {...ן.
עס טראסקעט דאָס צװײַג-בראָך אין פינגער אין {...ן און ס'בייגן זיך וועלדער און טרינקען דעם רויך,
און דאָס מויל איז אין דאָרשט און אין פיבער פארזוימט. וויל איך אופגיין צו דיר און דיר זאָגן אזוי:
-- באם שײַטער --- די זון, און באם בלאָזזאק --- דער ווינט, און איך בין הײַנט אויך צווישן קינדער א קינד.
אף נאקעטן פײיער, מיט נאקעטע הענט עס שמידט זיך א פרייד און זי גליט זיך און בלענדט.
ס'האָט נאָכאמאָל טאָג אין דער נאכט זיך צעבליט, און דער טאָג איז א קינד, און דאָס קינד איז א ליד.
7 0+ א ס'זײַנען הײַנט שניטער געקומען פון טאָל מיט אויגן וי קאָסעס, מיט אויגן פון שטאָל.
געקוקט אפן קינד, געשמייכלט צום װײַב, נאָר שטארק איז דער טרויער געווען, וי װײַן.
פארהאָרעוועטע הענט זײײַנען טרויעריק-העל, איז סטאם זיך א טאפּ געטאָן, סטאם דעם שינעל.
דאָס שטיבל באקוקט וי צום לעצטינקן מאָל, א שמייכל געגעבן: -- עס קאָן זײַן געמאָלט,
אז... גאָרניט... װאָס איז דען? אזוי אָט גלאט, אז ס'זיינען די רויבער פון בלוט נאָך ניט זאט,
און נאָכדעם געמאָלדן האָט יעטווידער טראָט: -- געשניטן אין פעלד האָט מען שטעכיקן דראָט.
און פעלד וויל זיין פעלד, און גראָז וויל זײַן גראָז, און ס'ווילן די בייטן ניט בלײַבן פארלאָזט,
און דאָס מויל איז אין דאָרשט און אין פיבער פארזוימט, וויל איך אופגיין צו דיר און דיר זאָגן אזוי:
-- אָרעם און הונגעריק, נאקעט און הויל, נאָר ס'וועט אונדז אין רוקן ניט טרעפן די קויל.
באם אקער די האנט, נאָר וואכיק דאָס אויג מיט שלאכטן פארטרונקען, מיט אומרו פארזוימט,
זאָטלען געזאָטלט, און שארף איז די שװוערד, נאָר אויסגעצוימט ווארטן באם פענצטער די פערד.
ס'קוקט נאָך פון וויגל דאָס קינד, וי א זאנג, זאנגען ניט זאנגען --- ס'וועט זײַן א געזאנג!
חוורחַָם קחהאן
פארברעכן און געוויס
היסטאַרישער ראַמאן
מיט אייגענע מענטשן
שש ין א שטילן װוינטערדיקן אָװנט איז צום קיעווער װאָקזאל צוגעגאנגען א צוג. פון איינעם א וואגאָן איז ארויס א מענטש פון א יאָר פינף און פערציק. ער
האָט גלײַך זיך געלאָזט צום װאָקזאל-פּלאץ, געדונגען א שליטן און געהייסן שׁ פאָרן אף פּאָדאָל,
-- אף וועלכער גאס? -- האָט געפרעגט דער אָנטרײַבער.
-- אף וועלכער? -- האָט אף א רעגע זיך פארטראכט דער פּאסאזשיר. -- באלד, באלד.. אף מעזשיגאָרסקע.
-- נומער?..
-- אז איר וועט אהין קומען, ועל איך אײַך װײַזן.
דער פּאסאזשיר איז געווען אָנגעטאָן אין א שווארצן דראפּעווע מאנטל מיט א פוטערנעם קאָלנער, אין א קאראקולענעם יאָלעם.
דער שליטן איז דורכגעפאָרן דעם ביביקאָװוער בולוואר, ארויס אפן ברייטן קרעשטשאטיק און באם הויז פון סאָכרים-קלוב זיך אראָפּגעלאָזט צום פּאָדאָל. בא זשיטני באזאר האָט דער פּאסאזשיר געהייסן דעם אָנטרײַבער פארקערעווען אף רעכטס.
-- איר האָט דאָך געזאָגט אף מעזשיגאָרסקע? --- האָט דער אָנטרײַבער געזאָגט, נאָר דער פּאסאזשיר איז געזעסן און געשוויגן, וי גלײַך ער האָט ניט דערהערט. דער אָנטרײַבער האָט זיך אויסגעדרייט מיטן פּאָנעם צו אים און אין דער פינצטערניש באמערקט נאָר זײַן קײַלעכיק בערדל.
--- בארין, װוּהין ווילט איר פארפאָרן?..
קיין ענטפער איז ניט געקומען. אין עטלעכע מינוט ארום האָט דער אָנטרײַבער װוידער זיך איבערגעבויגן צום פּאסאזשיר, אים האָט זיך געװאָלט דערקונדיקן, צי ער דרעמלט, צי ניט.
-- װאָס זוכט איר? --- האָט דער פּאסאזשיר אים רויִק געפרעגט.
-- איך װויל וויסן, װוּהין זאָל איך אײַך צופירן.
-- אף מעזשיגאָרסקע האָב איך אײַך געבעטן.
-- מיר זײַנען מעזשיגאָרסקע שוין דורכגעפאָרן... װײַטער האָב איך מוירע צו פאָרן.
-- פארװאָס האַט איר מוירע?
-- דאָ ניט װײַט האָט מען הײַנט זיך געשלאָגן.
-- ווער?
-- כוליגאנעס. מיסטאמע האָט איר געהערט וועגן בייליסן? איז יעדן טאָג שלאָגט מען זיך אף פּאָדאָל, אף לוקיאנאָווקע... :
-- וועגן בייליסן האָב איך געהערט. ער זיצט דאָך אין טורמע, בייליס. איז פארװאָס שלאָגט מען זיך איבער אים איצטער?
-- איך ווייס? טשעבעריאטשקע רייצט אָן אירע כעוורע. אָט האָב איך אײַך שוין געבראכט צוריק אף מעזשיגאָרסקע, בארין.
-- א שיינעם דאנק. אָט דאָ לאָזט מיך אראָפּ, טאקע אהער דארף איך.
סאַף. זע ,,סאָװעטיש היימלאנד" נומ. 9, 10 פארן 1965 יאָר.
54
דער פורמאן האָט אײַנגעהאלטן דאָס פערדל, דער פּאסאזשיר איז אראָפּגעקראָכן, ארויס- גענומען פון קעשענע א:מאטבייע, דערלאנגט דעם פורמאן און זיך געלאָזט גיין. אים האָט דער- יאָגט דעם פורמאנס קאָל:
-- פאָרזיכטיק, בארין... דאָ זײַנען פאראן אָן א שיר הינט!
אינגיכן האָט דער צוגעפאָרענער אָנגעקלאפּט אין א טיר פון אן אײינשטאָקיקער שטוב.
-- ווער איז? -- האָט זיך דערהערט א פרויען-קאָל.
-- עפנט, אן אייגענער. האָט ניט מוירע.
-- ווער איז דאָס? --- האָט איבערגעכאזערט די זעלבע שטים.
-- דאָ פארקויפט מען היי?
מע האָט געקאָנט הערן, װוי צו דער טיר האָט זיך געלאָזט גיין א מאנצבל.
-- וויפל באדארפט איר היי?
-- איין בינטל היי דארף איך.
די טיר האָט זיך האסטיק אופגעעפנט, און אנטקעגן דעם אָנגעקומענעם פּאסאזשיר איז גע- בליבן שטיין פעטראָ קאָסטענקאָ.
-- גריגאָרי איוואנאָוויטש, מיר ווארטן אף אײַך שוין דרײַ טעג.
-- כ'האָב פריִער ניט געקאָנט קומען.
-- טוט זיך אויס, גריגאָרי איוואנאָוויטש, -- האָט געזאָגט קאָסטענקאָ און דערלאנגט פּעט- ראָווסקין די האנט. -- ליזע, װאָס שטייסטו אזוי פארגאפט?---האָט ער זיך געװענדט צו זײַן פרוי. --- זײַט באקענט מיט מײַן פרוי, גריגאָרי איוואנאָװויטש, א דאָרפישע.
--- װווינט אין קיָעוו און נאָך אלץ א דאָרפישע? --- שמייכלט פּעטראָווסקי.
-- בענקט אחיים נאָך פעלד און וואלד.
-- קיִעוו איז, דאכט זיך, א גענוג גרינע שטאָט, ניט וי אין דאָנבאס, -- באמערקט דער גאסט.
פּעטראָ קאָסטענקאָ האָט צוגערוקט א בענקל און באזעצט דעם געקומענעם.
-- איך פארשטיי ניט, גריגאָרי איוואנאָװויטש, איר זײַט דאָך א דומע-דעפּוטאט, איז פאר- װאָס אזוי קאָנספּיראטיוו?
-- אײַ, קאָסטענקאָ, איר זאָלט עס ניט פארשטיין. בעסער אזוי, איידער עס זאָלן נאָך מיר זיך נאָכשלעפן פארשוינדלעך און שפּיאָנירן. בעסער אזוי. ניטאָ, ניט געווען פּעטראַװסקי.
-- ס'איז נאָך א פראגע, צי װעלן די דאָזיקע פּארשוינדלעך איצטער ניט דערשמעקן.
--- אלנפאלס, איך בין פאָרזיכטיק.
-- איר באטראכט מײַן װוינונג, גריגאָרי איוואנאָוויטש. מײַנע פרײַנט פון זאװאָד, װווּ איך ארבעט, װוינען אין ערגערע דירעס. דאָ, אין דער גרויסער שטאָט, איז דאָס נאָך א נישקאָשע- דיקע װווינונג.
-- א גערטנדל בא דער שטוב איז אויך א זאך, די עטלעכע װײַנשל-ביײימער דערמאָנען מיר מײַן דאָרף, --- גיט צו ליזע ניט דרייסט.
-- איך האָב מיט מײַן פרוי געוווינט אין נעלעפאָישטשערבינאָװער רודניק אין אן ערגערער װוינונג. אבי געזונט, און ניט אריינפאלן אין די הענט פון דער פּאָליצײ. אף דער פרײַי ארבעטן און זיך געפינען אף דער פריי צװישן ארבעטער איז שוין א גליק. באקלאָגט זיך ניט, מײַנע ליבע כּריַנט.
--- מיר קלאָגן זיך ניט, גריגאָרי איוואנאָוויטש, -- האָט געזאָגט קאָסטענקאָ, װי ער זאָל וועלן זיך פארענטפערן.
אין עטלעכע רעגעס ארום, וען פּעטראָווסקי איז שוין געזעסן באם טיש און געגעסן די וועטשערע, װאָס ליזע האָט גאסטפרײַנטלעך דערלאנגט, האָט קאָסטענקאָ פאָרזיכטיק א פרעג געטאָן:
-- איר קומט איצט פון פּעטערבורג?
כידעשט זיך דער גאסט און טוט א װוּנק צו קאָסטענקאָן:
--- איר ווייסט דען ניט, אז מיר זייַנען איצטער געווען אין קראָקע בא לענינען, מיר, א גרופּע סאָציאל-דעמאָקראטן -- באָלשעװיקעס און אויך דעפּוטאטן -- באָלשעװיקעס פון דער דומע-פראקציע?
-- בא אונדז אין קיעוו האָט מען גערעדט, אז דאָס דארף פאָרקומען אין פעווראל.
--- וועגן פעווראל האָט מען גערעדט אומיסטן, צוליב קאָנספּיראציע. פארשטאנען?
-- פארשטאנען, גריגאָרי איוואנאָוויטש.
-- אויב פארשטאנען, איז גוט. איצט, אז איר װעט דערלויבן, װעלן מיר זיך צולייגן אָפּרוען, און מאָרגן...
59
--- יאָ, מאָרגן וועלן מיר צונויפרופן אונדזעריקע. קאָסטענקאָס פרוי האָט צוגעגרייט א געלעגער און גענומען זיך שושקען מיטן מאן. פּעטראָװ- סקי האָט פארשטאנען, אז עס גייט א רייד וועגן אים. --- װאָס, װאָס? שעמט זיך ניט, מײַנע ליבע באלעבאטים. -- דער גאסט באמערקט, װי קאָסטענקאָ האָט אראָפּגענומען פון זײַן געלעגער די קאָלדרע און זי אריבערגעטראָגן אהין, וו ס'איז געווען אויסגעבעט פאר אים. -- ניין, ניין... איך װעל נעמען מײַן פּאלטאָ. נישקאָשע, באטאָג דינט זי מיר פאר א פּאלטאָ און באנאכט איז גאָר ניט שלעכט אויסצונוצן זי אלס צודעק. זי איז א לאנגע, א ברייטע, גאָר א ברייטע, כ'האָב זי געקויפט אין קראָקע. אָט זעט, װי זי צעשפּרײט זיך אפן געלעגער. גלייבט מיר, זי איז א סאך ווארעמער, איידער אײַער קאָלדרע. -- דער גאסט נעמט ארויס פון דער זשילעט-קעשענע א קעמעלע, צעקעמט זיך דאָס בערדל און שמייכלט. -- איר זעט, אָט דעם גארניטער האָט נאדעזשדא קאָנסטאנטינאָוונא מיר געהאָלפן אויסקלײַבן. א פּראָסטער, דאכט זיך, אפן ערשטן קוק, נאָר א גאנץ סאָלידער. -- ער איז נאדעזשדא קאָנסטאנטינאָוונא? -- פרעגט ליזע. -- אײַער פרוי? קאָסטענקאָ צעלאכט זיך. -- איך האָב ניט געטראָפן? -- האָט ליזע זיך פארלוירן. -- ניט געטראָפן. נאדעזשדא קאָנסטאנטינאָוונא איז לענינס פרוי און אליין א רעװאָליוציאָד נערקע, -- דעקלערט קאָסטענקאָ. -- ריכטיק האָב איך געזאָגט? -- ריכטיק, ריכטיק. -- דערציילט אונדז וועגן לענינען, -- בעט קאָסטענקאָ. -- לענין... -- פּעטראָווסקי טוט א קוק מיט שמייכלענדיקע אויגן אפן קיעווער ארבעטער. -- מיך װוּנדערט: לענין װוינט אין קראָקע --- װײַט פון פּעטערבורג, און דאָך איז ער אין אייניקע פראגעס א סאך מער באהאוונט, איידער מיר, אין פעטערבורג. לענין באקומט א ברייטע אינפאָר- מאציע פון די גרעסטע אינדוסטריעלע שטעט אין רוסלאנד. ער האָט מיך געפרעגט וועגן קיִעו. אָט דערציילט מיר, װאָס טוט זיך עס בא אײַך ארום בייליסן? לענין האָט זיך שטארק אינטערע- סירט מיט אָט דעם איניען. צו אונדז קיין פּעטערבורג דעי נייען פארשיידענע יעדיִעס אין שײַכעס מיטן דערמאָרדן דעם שילער אנדריי יושטשינסקי. נאָר זאָל אף הײַנט זײַן גענוג, מײַנע גאסט- פרײַנטלעכע באלעבאטים, מע דארף זיך לייגן שלאָפן. וויפל אזייגער גייט איר אף דער ארבעט, קאָסטענקאָל? -- מיטן טאָג גלײַך. ס'הייסט ארום זיבן אזייגער. האלב אכט שטיי איך שוין בא דער מאשין. --- און וויפל איז איצט דער זייגער? -- פרעגט פּעטראָווסקי און באטראכט די ווענט פון דער שטוב. ניט געפונען קיין זייגער, כאפּט ער שולדיק א קוק אף די באלעבאטים. -- איך האָב געזאָגט מײַן פּעטראָ, אז מיר דארפן זיך אײַנשאפן כאָטש עפעס א ציבעלע- זייגער. איך בלײַב מיטן קינד אליין אין דער היים און ווייס קיינמאָל ניט די צײַט. -- נישקאָשע, נישקאָשע, וואשע װעליטשעסטואָ, גאָספּאָדין ראבאָטשי קלאסז, װי ס'פלעגט זאָגן מײַנער א כאווער אפן בריאנסקער זאװאָד, מיר װעלן נאָך האָבן גוטע זייגערס. פון דער פירמע פּאװעל בורע, -- האָט געזאָגט פּעטראָווסקי און זיך צעלאכט. מיט אים האָבן מיטגעלאכט די יונגע באלעבאטים. -- ...וואשע וועליטשעסטװאָ ראבאָטשי קלאס... -- האָט איבערגעכאזערט קאָסטענקאַ. -- ס'איז קאָמיש... קאָסטענקאָ האָט געװאָלט דערװײַזן פּעטראָווסקין, אז בענעגייע דעם ארבעטער-קלאס קאָן מען אזוי ניט זאָגן, אָבער פּעטראָווסקי האָט געהאלטן, אז ס'איז א גוטער אײַנפאל, עס גיט אָנצױ הערן, אז דער ארבעטער-קלאס איז דער עמעסער באלעבאָס פון אלץ. פּעטראָווסקי האָט ארויסגענומען זײַן קעשענע-זייגער, אָפּגעטשעפּעט דאָס קייטעלע פון דער זשילעט-קעשענע און אוועקגעלייגט דעם זייגער אפן טיש. דאָ האָט ער באמערקט דאָס לערנביכל ;ראָדנאָיע סלאָװאָי? פונעם בארימטן פּעדאגאָג אושיגסקי. -- ווער לערנט עס לויט דעם לערנביכל? -- ליזע. --- לייענט זי שוין? -- יאָ. צוביסלעך. קוקנדיק אפן לערנביכל, האָט פּעטראָווסקי זיך דערמאָנט, וויאזוי ער, א פּערצניאָריק באָי
1 אײַער מאיעסטעט, ארבעטער-קלאס. 2 א לערנביכל פון דער רוסישער שפּראך פאר דער אָנפאנג-שול,
6
כערל, האָט זיך געלאָזט צופוס פון כארקאָוו קיין קאטערינאָסלאוו צום ברודער, וועלכער האָט געארבעט אפן בריאנסקער זאװאָד. אין דעם זעלבן טאָרבעלע., װווּ ער האָט ארייַנגעלייגט ברויט מיט ציבעלעס אפן וועג, האָט ער אויך ארײַנגעשטופּט זײַנע העפטן פונעם ניט-פארענדיקטן פערטן קלאס, און אויך אושינסקיס צעפליקט לערנביכל, פּונקט אזא ביכל, װאָס ליגט איצט אפן טיש באם קיַעווער ארבעטער קאָסטענקאָ.
--- װאָס האָט איר זיך פארטראכט, גריגאָרי איוואנאָוויטש?
פּעטראָווסקי טוט א קוק מיט זײַנע גוטע אויגן אף קאָסטענקאָן.
-- דאָס דאָזיקע ביכל ווארפט מיך אריבער צו מײַנע קינדעריאָרן, -- האָט ער געזאָגט און זיך גענומען אױיסטאָן.
קאָסטענקאָ און זײַין װײַב זיינען שוין געשלאָפן, דאָס צװיייאָריקע מיידעלע האָט זיך געדרייט אף איר געלעגערל, נאָר פּעטראָוסקי, אן איבערפולטער מיט אײַנדרוקן פון זײַן רײַזע קיין קראָקע, האָט ניט געקאָנט אײיַנשלאָפן. ער האָט געטראכט וועגן דעם, װאָס ער װעט מאָרגן דער- ציילן די ארבעטער וועגן לענינען, וועגן דער צײַטונג ,פּראוודא", װאָס האָט אָנגעהויבן דערשיי- נען אין פּעטערבורג.
דעם אנדערן טאָג אין אָװנט האָט מען זיך פארזאמלט בא פיאָדאָר גוסיעוון אין שטוב אף דעמיעווקע אין א טיף פארוקט געסל, װאָס האָט געטראָגן א סימבאָלישן נאָמען ;אָסטאָראָזשנש"1. די שטוב איז געווען וי אָנגעמאָסטן פאר פּיאָדאָר גוסיעווס קליינער מישפּאָכע, װאָס איז בא- שטאנען בלויז פון אים מיט זײַן פרוי --- דער פּאָשעטער שטוב-באלעבאָסטע. פיאָדאָר ניקאָלײַע- וויטש אליין האָט ליב געהאט זיך וויצלען: ;װאָס דארפן מיר, דיד דא באבא?, אף דער עלטער?" זומער-צייט פלעגט די טאָכטער צושיקן פון אומאן דאָס עלטערע אייניקל -- א קרעפטיק באָכערל מיט א פארברוינט פּענעמעל, א שילער פון דער צווייקלאסיקער שול. פלעגט פיאָדאָר ניקאַלײַע- וויטש אים מיטנעמען מיט זיך אף פישפאנג. פיאָדאָרס װײַב האָט אפילע אָפט געװאָרטשעט, אומ- צופרידן געווען, װאָס זי דארף גאנצע מעסלעסן זיצן איינע אליין אין שטוב, ס'איז ניטאָ אף וועמען אפילע א בורטשע צו טאָן. און בורטשען איז די אלטע שטענדיק א באלן געווען. אָבער ווינטער? ווינטער איז די אלטע זיך מעכייע געווען, װײַל נאָך דעם, װי פיאָדאָר ניקאָלײַעװיטש קומט פון דער ארבעט, זיצט ער מערסטנטייל אין דער היים.
דעם אָװנט האָט פיאָדאָר ניקאָלײַעװיטש זיך אומגעקערט פון זאװאָד אן אופגעלייגטער.
-- שפּרײט אויס, פראסקאָוויא קירילאָוונא, דעם יאָמטעװדיקן טישטעך.
-- װאָס איז בא דיר פאר א יאָמטעװ? -- האָט די אלטע גענומען פּינטלען מיט די אויגן.
גאָרנישט ניט געענטפערט, איז פיאָדאָר ניקאָלײַעװיטש אראָפּ אין קעלער, אופגעעפנט א פריש פעסעלע מיט געזײַערטע קאוװוענעס און ארופגעטראָגן צוויי שיסעלעך מיט קײַלעכדיקע גרינבלעכע פיירעס, װאָס האָבן געלאָזט פון זיך דעם ראָסל. דערנאָך האָט ער ווידער אופגעעפנט דאָס קעלער-טירל, טאקע דאָ אין קיך אונטערן אויוון, און ארופגעטראָגן א פולן טעלער געזײַערטע פּאָמידאָרן. איצט האָט די אלטע שוין מיט א געהעכערטער שטים געפרעגט:
--- לאָמיך וויסן, פעדאָרושקא, װאָס איז אף דיר אזא סימכע?
-- עך, פּאראסקא, פּאראסקא, דו ווייסט דאָך, װי איך האָב ליב... ס'זאָל זײַן שא...
זי ווייסט שוין, די אלטע, אז פיאָדאָר אירער האָט ליב, מע זאָל מיט אים ריידן מיט א האלב מויל.
--- פאָרט? --- פרעגט זי אים מיט די אויגן. --- ווער דארף קומען צו דיר?
--- שוין איינמאָל א מענטש...
-- פעדיושקאָ, זאָג, נעם ניט ארויס די נעשאָמע.
-- נאָר... --- ער לייגט צו דעם ווייזדפינגער פון דער רעכטער האנט צו די ליפּן.
-- אניט קען איך דיך ניט, אָפּגעלעבט מיט דיר א לעבן אין שווייגעניש, איך ווייס ניט, װאָס דו טוסט, װוּהין דו גייסט, װוּהין דו פאָרסט. איך ווייס גאָרניט... גאָרנישט ניט געזען און גאָרנישט ניט געהערט.
-- אזוי-אָ האָב איך דיך ליב, --- צעלאכט זיך פיאָדאָר ניקאָלײַעװיטש און די קנייטשיקלעך ארום דער נאָז צעשמייכלען זיך. --- װעל איך דיר זאָגן, פּראסקאָוויא קירילאָוונא. איינער א דע- פּוטאט פון דער דומע.
-- אָ-אָ! װווּהין דו ביסט פארפאָרן! --- בלאָזט אָן פּראסקאָװויא קירילאָוונא דעם גוידער. זי גרויסט זיך מיט איר מאן.
-- װאָס דען האָסטו געמיינט, נאכעס מייַנער, אז פיאָדאָר גוסיעוו איז אראָפּ פונעם מארק?
1 ,פאָרזיכטיק". 3 זיידע-באָבע.
57
. זי האָט גאָר אזוינס ניט געמיינט און אזוינס קיינמאָל ניט געקלערט וועגן איר פעדיען. כאָטש
זי פארשטייט װײיניק אין זיײַנע ביכלעך, װאָס ער ברענגט אמאָל אהיים, און קלײַבט זיך ניט פא- נאנדער אין די בלעטלעך, װאָס זי האָט געפונען באהאלטן אפן דעק פון דער סקריניע, האלט זי דאָך שטארק פון אים און וויל ניט לײַדן, ווען ער טוט א זאָג וועגן זיך האלב ערנסט און האלב אין א שפּאס, אז ער האָט שוין זײַנס אָפּגעלעבט און טויג צו גאָרניט.
-- מעגסט מיר פארטרויען, פעדיא, קענסט דאָך מיך שוין ניט איין יאָר.
-- האָב איך דיר דאָך געזאָגט -- א דעפּוטאט פון דער דומע.
-- אזש פון דער גאָסודארסטװענע:, צי פון דער קיעװער? -- וויל וויסן דאָס װײַב.
-- זעסטו, דאָס איז שוין פאר דיר קיין כילעק ניט.
-- זע נאָר, װוי מע הדארף בא אים קויפן א װאָרט.
-- הער, און זע, און שווייג... -- האקט אָפּ פיאָדאָר גוסיעוו, -- עמעצער גייט, דאכט זיך.
אין שטוב זײַנען ארײַנגעקומען יאקאָוו ראטנער און אנאסטאסיא שישאָווא.
-- זיצט, זיצט, מיינע ליבע געסט! -- באגעגנט זיי גוסיעוו, און פּראסקאָװיא קירילאָוונא דערלאנגט צוויי טאבורעטקעס.
די געסט וויטען זיך און זעצן זיך שווייגנדיק אוועק.
ס'איז צוגעפאלן דער פארנאכט און גענומען אָפּמעקן די קאנטן פון די ביימער הינטערן פענצטער. א שטומע טונקלקײַט האָט זיך ארײַנגעשלײַכט מיט די אָװנטיקע שאָטנס אין די קליינע צימערלעך פון דער וווינונג.
-- עפשער דערװײַל אופנעמען די בארישניע? -- איז פּראסקאָװיא קירילאָוונא צוגעגאנגען צום מאן און זיך אָנגעבויגן צו זײַן אויער.
קירילאָוונא לאָזט זיך צו קאָסטענקאָן, מיט וועלכן זי פילט זיך היימישער, און פרעגט שטיל:
--- װװוּ איז דער מיט די געקרײַזלטע האָר?
-- טימקען מיינט איר? ער וועט באלד קומען.
-- טימקע װײַס? -- מישט זיך ארײַן פיאָדאָר ניקאָלײַעװיטש. --- אָן אים באגייען מיר זיך ניט. טאקע ער דארף ברענגען אהער דעם דעפּוטאט. פארשטאנען? -- הייבט ער אוף די אױגן צום װײַב.
אין פאָדערהויז דערהערן זיך טריט. גוסיעוו האָט אָנגעצונדן א שוועבעלע און באלויכטן דאָס פאָדערהויז.
-- קומט ארײַן, דאָבראָ פּאָזשאלאָוואט?, גריגאָרי איוואנאָװיטש!
פיאָדאָר ניקאָלײַעװיטש האָט אויסגעשטרעקט די האנט:
-- גיט מיר אהער אײַער פּאלטאָ.
פּעטראָווסקי האָט אױיסגעטאָן די פּאלטאָ, טימקע װײַס האָט אפגיך זי איבערגענומען און ארויס אין פאָדערהויז אָפּטרײסלען דעם שניי.
דערהערט, װי מע טרייסלט אָפּ דעם שניי פון זײַן מאלבעש, האָט פּעטראָווסקי האסטיק זיך א לאָז געטאָן אין פאָדערהויז, צוגענומען די פּאלטאָ פון טימקעס הענט, ארופגעװאָרפן זי צו זיך אף איין האנט, און מיט דער צווייטער אויסגעטרייסלט דעם יאָלעם, װאָס איז אויך געווען פאר- שאָטן מיט שניי. אומגעקערט זיך אין צימער, האָט ער געזאָגט:
-- הערט אויס, כאוויירים, איך בין טאקע א גאסט בא אײַך, אָבער קיין פאָרעץ בין איך קיינמאָל ניט געווען.
-- דאָס איז פּאָטעטע העפלעכקײַט, גריגאָרי איוואנאָוויטש, -- פארענטפערט זיך פיאָדאָר גוסיעוו.
באווויגן פון גוטע געפילן צום גאסט, האָט די באלעבאָסטע פון שטוב אים צוגעטראָגן א שיסעלע מיט געזײַערטע קאווענעס און געזאָגט:
-- פארזוכט, גריגאָרי איוואנאָװויטש, אונדזערע ארבוזן. אליין זיי געזײַערט, מיט מײַנע אייגענע הענט. פיאָדאָר איז דאָך שטענדיק פארנומען.
דער מאן האָט בייז א קוק געטאָן אין איר זײַט.
-- װאָס איז, כ'האָב שוין ווידער געזאָגט עפּעס ניט װאָס מע דארף?..
-- ניין, גאָט באװאָר, באלעבאָסטעניו, איר האָט זייער גוט געזאָגט. איך װעל אוואדע פאר- זוכן, -- פּעטראָװוסקי האָט דערבײי צוגעשאָקלט מיטן גרויסן קאָפּ. די שווארצע פּײַכטע אױיגן האָבן געשמייכלט.
1 מעלוכישער. ? װילקאָמען.
8
פיאָדאָר ניקאָלײַעװיטש האָט אוועקגעשטעלט אפן טיש א זידנדיקן סאמאָוואר. פון דער פײַערקע האָבן ארויסגעקוקט האלב-באלויכטענע לעכעלעך.
בא א גלעזל טיי האָט פּעטראָווסקי דערציילט וועגן דער פארטיי-קאָנפערענץ אין קראָקע.
-- ויאזוי זעט אויס לענין? -- האָט געפרעגט ראטנער און צוגערוקט זיך נעענטער צום גאסט.
פאר פּעטראָווסקין איז די פראגע געווען אומדערווארט. ער האָט עטװאָס זיך פארטראכט, דערנאָך גוטמוטיק זיך צעשמייכלט.
-- וי זאָל איך אײַך זאָגן... -- האָט ער אָנגעהויבן. --- קיין פּאָרטרעטן קען איך ניט מאָלן. לענין איז א מיטלװוּקסיקער, א בלאָנדער, אייגנטלעך, א טונקל-בלאָנדער, מיט א גרויסן שטערך און טיפע ווינקלען. ער קוקט אף אײַך מיט זײַנע קלוגע אויגן און זעט, װאָס אפן דנאָ פון אײַער נעשאָמע טוט זיך. דאָרט איז געווען א מענטש, װאָס וואקלט זיך צװוישן באָלשעװיזם און מעב- שעוויזם...
-- מארטאָו? -- שטעלט ארײײַן זײַן װאָרט דער אלטער גוסיעוו.
-- ניין. מארטאָוו איז ניט געווען אף דער קאָנפערענץ. װי קומט ער אהין? ניט װיכטיק דער נאָמען פון יענעם, װאָס האָט זיך געדרייט אפן טעלער. האָט לענין עס גלײַך דערקענט. כסדותתוום 16116, -- האָט ער געזאָגט. ;איר שטייט אף אונדזער ברעג, צי אף יענעם, אפן צווייטן, אפן קעגניבערדיקן?? -- האָט לענין געפרעגט.
-- װאָס זשע איז געװאָרן? --- איז קאָסטענקאָ אומגעדולדיק.
--- װאָס זאָל ווערן? דער מענטש האָט גענומען פּלאָנטערן מיט דער צונג... -- צעשמייכלט זיך פּעטראָווסקי. --- לענין האָט פון אים זיך אָפּגעקערעװעט. אָט אזא איז לענין.
פּעטראָווסקי האָט דערציילט וועגן דער סאָציאל-דעמאָקראטישער פראקציע אין דער דומע, וועגן די פראגן, װאָס די פראקציע הייבט אוף. אָט, לעמאָשל, די פראגע פון ארבעטער-סטרא" כירונג. אלע ארבעט-מענטשן זײַנען דערין פארינטערעסירט. פאראיאָרן יון האָט די רעגירונג ארויסגעגעבן א געזעץ וועגן סטראכירונג פאר ארבעטער אין פאל פון אומגליק-צופאלן אף די אונטערנעמונגען. אינדערעמעסן האָט דער דאָזיקער געזעץ ניט פארבעסערט, נאָר פארערגערט די לאגע פון די ארבעטער. האָבן מיר, די ארבעטער-דעפּוטאטן, געמאכט אן אָנפראגע אין דער מעלוכע-דומע. אָבער דאָרטן, דארפט איר וויסן, אין דער דומע, יל מען ניט וויסן פון אונדזערע נויטן און באדערפענישן. אָט זיץ איך צווישן אײַך, פיל, װי אײַערע הערצער קלאפּן צוזאמען מיט מײַן הארץ. און דאָרטן, אף דער טריבונע אין דער דומע, רײַסט אונדז איבער דעם פאָרזי" צערס װאָרענונג-גלעקל און עס שטערן אונדז ריידן די דעפּוטאטן-פאבריקאנטן, דעפּוטאטן-גא- לאָכים, דעפּוטאטן-פּריצים...
זייער צוטריטלעך, מיט פּראָסטע ווערטער האָט פּעטראָווסקי גערעדט. אלע האָבן געשלונגען זײַנע ווערטער.
עס האָבן שוין פון לאנג זיך אױיסגעשאָטן די לעצטע אש-פּינטעלעך און זיך אוועקגעלייגט אף דער טאץ אונטער דעם אויסגעקילטן סאמאָוואר, נאָר מ'איז נאָך אלץ געזעסן.
נאסטיע האָט דערציילט, אז אף א סאך קיִעװער אונטערנעמונגען רוישט זיך מיטן מאָרד פון אנדריי יושטשינסקי. דערוף האָט פּעטראָווסקי געזאָגט:
-- איך האָב נעכטן דערציילט קאָסטענקאָן, װי לענין האָט זיך אינטערעסירט מיט אָט דער שוידערלעכער געשיכטע. לענין װעט געוויס שרײַבן װעגן דעם שענדלעכן פּראָצעס, װאָס די רוסישע רעגירונג גרייט.
-- מיר האָבן, גריגאָרי איוואנאָוויטש, אָנגעשריבן אן אופרוף צו דער קיעווער באפעלקע- רונג... -- די קורסיסטקע נעמט ארויס א פּאפּיר און באװײַזט פּעטראָווסקין.
גריגאָרי איוואנאָוויטש לייענט אופמערקזאם איבער דעם אופרוף.
-- און מיר דאכט זיך, -- זאָגט ער, -- אז קיין פּאראלעלע ווענדונגען דארף מען ניט. בעסער פארשפּרייטן קאָראָלענקאָס אופרוף צװישן דער באפעלקערונג.
ראטנער און שישאָווא קוקן זיך איבער.
-- צוליב װאָס דארפט איר א נײַעם? דאָרטן איז אונטערגעשריבן די פּראָגרעסיווע רוסישע אינטעליגענץ. עמעס, איין זאך פעלט דאָרט: מע דארף אופקלערן דעם פאָלק, אז די רוסישע רעגירונג נוצט אויס דעם אָבערגלױבן, דעם ליגן און דעם בילבל אף ייִדן, קעדיי אָפּציִען די אופמערקזאמקײיט פון דער רעװאָליוציִאָנערער באוועגונג. אָט דעם וויכטיקן פּונקט דארפט איר אלע מאָל אונטערשטרײיַכן.
-- מיר טוען טאקע אזוי, גריגאָרי איוואנאָוויטש, --- רופט זיך אָן קאָסטענקאָ.
1 געמיינט: דרייט זיך ניט אפן קאָרעק.
59
--- און דערפאָלג האָט איר?
--- וי אמאָל. אָפּטמאָל קומט אויס זייער שווער.
-- געדולד און נאָכאמאָל געדולד. אנדערש קאָן מען ניט געווינען דעם צוטרוי פונעם פאָלק, באזונדערס בא מענטשן אָבערגלױביקע. אָבערגלױבן איז װי א פארזשאווערטער צװיאָק אינעם באװוּסטזײַן. מע דארף מיט פּראָסטע, צוטריטלעכע װערטער דערציילן, אז אונדזערע עמעסע סאָנים זײַנען ניט די מאלאָראָסן, טאָטערן, ייִדן, װי די רעגירונגס-אגענטן ווילן אײַנרײדן די פאָלקס-מענטשן, נאָר די זעלבסטהערשונג, די מיניסטאָרן, זשאנדארמען, טשינאָװוניקעס.. בא אײַך אין אוניווערסיטעט זײַנען פאראן סאָציאל-דעמאָקראטן? -- װענדט זיך פּעטראָווסקי צו ראטנערן.
-- פאראן, נאָר זייער װוייניק.
--- װייניק? פארװאָס?
--- װײַל די ,סאָיוזניקעס? האָבן א גרויסע ווירקונג.
-- און די פּראָפּעסור? --- פרעגט פּעטראָווסקי.
--- די פּראָפּעסור... א סאך ווילן זיך ניט ארײַנמישן אין פּאָליטיק.
-- מע דארף זײַן דרייסטער. אָט איר, אשטייגער, הער סטודענט, קענט עמעצן פון דער פּראָפּעסור? --- פּעטראָווסקי לייגט פרײינטלעך ארוף זײַן האנט אף ראטנערס אקסל. --- איר האָט אמאָל געפּרוּווט מיט אײַערן א נאָענטן פּראָפּעסאָר ריידן וועגן אונדזערע סאָציָאל-דעמאָקראטישע פּרינציפּן, וועגן קאמף קעגן די ,סאָיוזניקעס"?
-- איך בין איין מאָל דורכגעפאלן מיט איינעם א פּראָפּעסאָר פונעם פּאָליטעכנישן איני סטיטומ...
פּעטראָווסקי שלאָגט אים איבער:
-- איר זײַט, דוכט זיך מיר, א סטודענט פונעם מעדיצינישן פאקולטעט אין אוניווערסיטעט? מיטן פּראָפּעסאָר שאבאנאָוו זיַט איר אין גוטע באציונגען?
-- איר קענט שאבאנאָוון? -- רײַסט זיך ארויס באם סטודענט.
-- כ'האָב, אלנפאלס, געהערט, אז ער איז קעגן די ,סאָיוזניקעס". דאָס איז שוין א גוטע פּאָזיציע פאר אונדז.
--- יאָ, ער איז פון די פאָרגעשריטענע פּעדאגאָגן.
-- מיר דאכט, אז מיט אים איז ניט געפערלעך פארפירן א שמועס.
ראטנערן איז געווען ניט אָנגענעם, דעריקער פאר נאסטיען, װאָס אָט, א פרעמדער מענטש קלײַבט זיך פאנאנדער אין די איניאָנים פון אוניווערסיטעט בעסער פון אים. ער האָט באמערקט, װוי שישאָווא האָט עטלעכע מאָל געװאָלט אים פארענטפערן פאר גריגאָרי איװואנאָוויטשן נאָר עפּעס, װײַזט אויס דאָס געפיל פון טאקט, האָט זי אָפּגעהאלטן דערפון.
אײינציקװײַז האָבן פון גוסיעווס שטוב אינעם פארװאָרפענעם געסל אף דעמיעװקע זיך ארויסגעגליטשט אין דער פינצטערניש מענטשן. אין פארכמארעט-פארשנייטן דרויסן איז פּעט- ראָווסקין אופגעקומען אפן דימיען דער גרויסער זאל אין טאוורישן פּאלאץ מיט די פרעמדע, פײַנטלעכע פּענעמער. דאָ זײַנען מיט אים געווען אנדערע מענטשן -- אייגענע מענטשן, אף וועלכע ער שטיצט זיך אין זײַן טאָגטעגלעכן לעבן...
פּעטראָווסקיס ארויסטרעטונג אין מעלוכע-דומע
יענער טאָג איז אין פּעטערבורג געווען א הייסער, מ'קאָן זאָגן אפילע א מעסוקן הייסער. ס'איז געווען שווער צו אָטעמען. כאָטש ס'איז ערשט געווען אָנהײב יון -- לויט דער אלטער צײַטירעכענונג דער 20 מײַ -- איז די היץ געשטאנען שוין עטלעכע טעג נאָכאנאנד. הונדערטער און טויזנטער איינװוינער האָבן פון גאנצפרי אָן געזוכט א קיל אָרט אף צו מעכייע זײַן די נע- שאָמע און זיך געלאָזט הינטער דער שטאָט. אף די שטענדיק טומלדיקע גאסן האָט מען זעלטן געזען א פארבייגייער.
ניט געקוקט אף דער שרעקלעכער היץ אין שטאָט, זײַנען אין טאוורישן פּאלאץ פאָרגעזעצט געװאָרן די דעבאטן אין דער דומע. די דעפּוטאטן האָבן דאָ אף קיין האָר ניט געליטן פון דער שווערער לופט אין שטאָט, צענדליקער ווענטיליאטאָרס, צעשטעלט אין זאל און אין די קולוארף האָבן לינדער געמאכט די לופט.
א וויכטיקע זיצונג איז געגאנגען. די דומע האָט באהאנדלט די סמעטע פונעם מיניסטעריום פאר אינערלעכע איניאָנים: וויפל װעט די רעגירונג אויסטיילן מיטלען, צונויפגעזאמלטע בא דער
60
באפעלקערונג דורך שטײַערן און טשינשן, אף אויסצוהאלטן די פּאָליצײ, די זשאנדארמעריע, די אָכראנקע -- די טפיסעס, קאטאָרגע-ערטער, די אלע אנשטאלטן, װאָס העלפן האלטן אין פּאכעד, מוירע און אונטערטעניקײַט די פעלקער, וועלכע באוווינען דאָס גרויסע לאנד.
באם באהאנדלען די פראגע וועגן די הױיצאָעס פונעם מיניסטעריום פאר אינערלעכע איניאָ- נים האָבן זיך, װי אף א לאקמוס-פּאפּירל, אנטפּלעקט די ווירקלעכע פּאָזיציעס פון די דעפּוטאטן- גרופּעס. די רעכטע גרופּעס -- די נאציאָנאליסטן, צענטריסטן, אָקטיאבריסטן, קאדעטן-ליבעראלן, די גײַסטלעכע -- האָבן אונטערגעהאלטן די רעגירונג אין אירע פאָדערונגען צו באשטעטיקן די סמעטע פאר דעם מיניסטעריום, װאָס איז בארופן צו היטן די צארישע אָרדענונג אין לאנד.
-- טורמעס דארף מען בויען, -- האָט פּאטעטיש אויסגערופן איינער פון די רעכטע דעפּן- טאטן, -- ניט בלויז פאר קרימינעלע פארברעכער, נאָר אויך פאר די, װאָס שטערן די געזעל- שאפטלעכע רו, די איינגעשטעלטע אָרדענונג, װאָס איז געגעבן פון גאָט אליין און פון זײַן פאָר- שטייער אף דער ערד -- דעם גאָטגעזאלבטן אימפּעראטאָר ניקאָלײַ אלעקסאנדראָוויטש..
פּורישקעװויטש האָט זיך אופגעשטעלט אף דער באנק און א צעהיצטער געפּאטשט בראואָ, זיינע גרויסע קײַלעכיקע אויגן האָבן געברענט פון באגייסטערונג. דער נאקעטער קאָפּ זײַנער האָט געגלאנצט. ער האָט עפּעס אױיסגעשריִען מיט א ריטשענדיק-קוויטשענדיקער שטים. די מערהייט דעפוטאטן איז שוין געװוען געוװוינט צו זײַנע מעשונעדיקע אויסגעשרייען, האָט מען דעריבער אפילע זיך ניט אומגעקוקט אף אים. נאָר אלציינס האָט ער זײַנס אויסגעשריען וי א ליאלקע מיט אן אָנגעדרייטן מעכאניזם, װאָס ביז ער גייט ניט אויס, הערט ניט אוף דאָס געפּילדער.
פאר דעם דעפּוטאט פון דער סאָציאל-דעמאָקראטישער פראקציע גריגאָרי איװואנאָוויט פעטראָווסקי איז געלעגן דער טעקסט פון זײַן רעדע אף דער זיצונג. די הױיפּט-טעזיסן האָט נאָ אף דער קראָקער באראטונג צוגעגרייט וולאדימיר איליטש לענין.
פּעטראָווסקי לויפט דורך מיט די אויגן דעם טעקסט. עפשער קירצן? מע װעט דען לאָזן אים אזויפיל ריידן? ער דערמאָנט זיך, װי מ'האָט אים ניט געלאָזט ריידן, בייס ער איז ארויסגע- טראָטן וועגן דעם סטראכירונגס-געזעץ. ביז איצט קלינגען אים אין די אויערן די אויסרופן פון די רעכטע דעפּוטאטן. ער האָט דעמלט מיט שטאָלץ געזאָגט צו די צעבייזערטע פּריצים: ;עפשער איז מײַן רעדע ניט אזוי עלאסטיש, זי װעט עפשער ניט מיטוירקן, אײַער מאָגן זאָל קאָנען איבערקאָכן דאָס, װאָס איך דערצייל דאָ פון דער הויכער טריבונע. נאָר עס האָט מיך אהער גע- שיקט די יעקאטערינאָסלאװער גובערניע, און איך האָב צוגעזאָגט מײַנע ויילער, אז איך װעל דערציילן דעם װאָרן עמעס. די ויילער מײַנע האָבן צו מיר געטײַנעט: ;גיי און רייד וועגן אונדזערע ליידן, שרעק זיך ניט, אויב מע וװועט דיך וועלן אויסלאכן, זאָג דעם עמעס אין די אויגן, וי ביטער ער זאָל ניט זײַן פאר די אויסגעפּאשעטע דעפּוטאטן...*
אויך איצט, אָט באלד וװועט עֶר ווארפן דעם עמעס אין פּאָנעם ארײַן די אלע, װאָס זיצן אזוי פּריציש-צעלייגט אין אָט דעם גרויסן און צעשטורעמטן זאל.
דער פאָרזיצער האָט זיך איבערגעבויגן צום זאל און געגעבן דאָס װאָרט דעם ארבעטער- דעפּוטאט.
-- מיך האָבן באופטראָגט מיינע וויילער צו זאָגן עטלעכע װוערטער וועגן דער פּאָזיציע, װאָס מיר פארנעמען אין דער נאציאָנאלער פראגע, און ויָאזוי מיר באציִען זיך צו דעם מיניס- עריִום פאר אינערלעכע איניאָנים, -- האָט פּעטראָוסקי אָנגעהויבן. -- די נאציאָנאלע פראגע אין רוסלאנד האָט א גוואלדיקע באדייטונג. איינער פון די העלדן פון דער מעלוכע-איבערקערע- ניש דעם דריטן יון און דער העלד פון דער קאָנטררעװאָליציַאָנערער פּאָליטיק -- סטאָליפּין האָט אלץ געטאָן, קעדיי צו פארמאסקירן יעטווידע אונטערדריקונג... -- בא די ווערטער האָט דעם פאָרזיצערס גלעקל א גרילץ געטאָן אין פּעטראָווסקיס אויערן, אָבער ער האָט זיך אפילע ניט אומגעקוקט.
-- דאָס האָט ער, סטאָליפין, אויסגעפונען די פּארטיי פון דװאָריאנעס-נאציאָנאליסטן, וועלכע פארנעמט ביז הײַנטיקן טאָג דאָס גרעסטע אָרט אין דער איצטיקער שווארצער דומע, און האָט געשאפן די אזויגערופענע ;נאציאָנאלע" פּאָליטיק, װאָס איז ביז הײַנטיקן טאָג דער הויפּט-פּונקט פון דער רעגירונגס-פּראָגראם. די רעכטע פּארטייען באוויליקן די גוואלדטאטן קעגן אזעלכע פעלקער, וי די פינען ייַדן, פּאָליאקן און אוקראינער, קעגן די טאָטערן, אר- מענער, קירגיזן, באשקירן, לעטן און אנדערע. ס'איז גאנץ נאטירלעך, אז באם באהאנדלען די סמעטע פונעם מיניסטעריום פאר אינערלעכע איניאָנים -- דעם װיכטיקסטן אויסדריקער פון דער אָפיציעלער נאציאָנאלער פּאָליטיק, װעל איך, אויספילנדיק דעם אופטראָג פונעם סאָ- צואלרדעמאָקראטישן פּראָלעטאריאט, װאָס האָט מיך אהער געשיקט, אײַך זאָגן, וויאזוי עס באציט זיך דערצו דער פּראָלעטאריאט פון גאנץ רוסלאנד. אין יעקאטערינאָסלאו, אשטייגער, לעבן
-2 8
1
מערער פון זיבן צענטל אוקראיִנער, װועלכע מע רופט אָן אף דער אָפיציעלער שפּראך -- מאלאָראָסן...
-- כאָכלי! -- לאָזט זיך הערן דאָס קאָל פון מארקאָוו דעם צוייטן, אָדער, מעגלעך, פון פּורישקעוויטשן.
-- איך בין דער פאָרשטייער פונעם פּראָלעטאריאט פון יעקאטערינאָסלאװער גובערניע, ווו עס װווינט איינס פון די סאמע אונטערדריקטע און געפּלאָגטסטע פעלקער מיצאד דער רעגירונג, גרויסרוסן זײַנען אין רוסלאנד פאראן אינגאנצן דרײַ און פערציק פּראָצענט, דאָס הייסט, ווייני- קער װי א העלפט פון דער גאנצער באפעלקערונג, און די איבעריקע באפעלקערונג פון רוסלאנד, די אנדערע פעלקער, װאָס זײַנען א מערהײַט, האָבן נישט קיין רעכט און קיין מעגלעכקײַט צו ריידן אף זייער אייגענער שפּראך און װערן געפּלאָגט און אונטערדריקט. מע קאָן זאָגן, אז צום גרויסרוסישן נאציאָנאליזם און פּריצישן פּאטריַאָטיזם איז ניט בלויז אין אײיראָפּע, נאָר אויך אין דער גאנצער וועלט קיין גלײַכן ניטאָ. אין ערגעץ ניט אפן גאנצן ערדקײַלעך איז ניט פאראן אזא ווילדע מיטלאלטערלעכע דערשיינונג, וי די ייִדישע ;טשערטא אָסעדלאָסטי"...ז